מישהו יודע איך

pookulun

New member
מישהו יודע איך

אומרים"בוא נסגור את הפורום המסכן הזה" בידיש? תודה רבה!
 

בן הצבי

New member
בא די רומענישע יידן זאגט מען,

אז מ`קען זאגן `טוטע`, `מומע`, `שובעס`, `כולע`, `קוץ` און אזוי ווייטער, אבער א נאר בלייבט א נאר. פארשייסט יידעלע?
 

הומינר

New member
אפיקומן

כפי שלמדתי פעם, פירושו אפיקו מיני, יעני תוציאו ממני, גמרתי לאכול. עכשיו אני מתמסר כל כולי למצוות אכילת הפסח. א - פוקו הזה, שנפשו קצה מהפורום הזה, אפיקו אותו, או שיפיק את עצמו, והוא אינו חייב להכנס לפורום אם זה כל כך מפריע לו
 

בן הצבי

New member
אפיקומן

ס`דערמאנט מיר זיך א מעשה: א פאר יאהרן צוריק, ``התאחדות עולי רומני``` אין כרמיאל האבן גענומען מיין טאטן אלס א חזן פראווען דעם סדר. יו``ט בא טאג האט געקומען כרמיאל אשכנזישער רב, הרה``ג אברהם צבי מרגלית שליט``א, צו דער רומענישער שול געבן א דרשה. ער האט גערעדט אויף יידיש, און צווישן די דברים האט דערציילט, אז איין מאהל האט ער גערעדט מיט א רוסישער ייד, און האט איהם געפרעגט אויב ער געדענקט עפעס יידישקייט פון זיינע קינדערשע יאהרן. דער ייד האט געענטפערט אז ניין. דער רב האט נאכאמאהל געפרעגט - ר``ה, יום כיפור, עפעס? -המשך-
 

בן הצבי

New member
המשך

דער רב האט נישט מתייאש געווען. האט ער נאכגעפרעגט - חמישה עשר? תשעה באב? ניין, זאגט דער רוסישער. אין פלוצים שפרינגט איין דער רוסישער ייד און זאגט! ``א!! איין זאך געדענק איך יא! אז ס`איז דא איין יום-טוב אז מ`דארף גנב`ען``..
 

נחי

New member
דרשות

מיין טאטע ע"ה פלעגט זוגען אז אין שוהל איז דער רב גע'דרשנ'ט אזוי שיין, מיט אזא פלפול, מיט אזא עמקות און מיין טאטע האט אזוי פיל הנאה געהאט...נאר ער האט גארנישט פארשטיין....
 

בן הצבי

New member
א באק, אבער נישט מיינס..

קענסט דעם מעשה? דאס האב איך געהערט נאך אלס א קינד, פון אונדזער ליובאוויטשער רבינ`ס א שליח אין שטאט, בא פורים סעודה, בשעת ער איז געווען גאנץ בגילופין: אמאהל איז געקומען צו פאהרן א רב א דרשן א קליין שטעטעלע דרש`נען א שבת.. דער רב האט גערעדט און גערעדט, און האט געזעהן אז קיינער פארשטייט נישט אפילו קיין איין ווארט. אבער פונדערווייטנס זעהט ער א פויער, א דארפער ייד, אז ער מאכט מיט אמאהל יא און מיט אמאהל ניין מיט זיין קאף. האט דער רב געטראכט צו זיך, ``יא מסכים צי נישט מסכים, אבי פארשטייט ער``. -המשך-
 

בן הצבי

New member
המשך

צום סוף דער רב האט איהם געפרעגט - נו, ר` ייד, איהר האט פארשטאנען וואס כ`האב געזאגט? ``גאאאארנישט``, ענטפערט דער ייד מיט א ניגון. ``איז וואס האט איהר געמאכט אזוי, יא צי ניין?`` ``איך וועל אייך אלץ זאגן רבי. א פאר חדשים צוריק האב איך פארלוירן מיין באק. אז איך האב אייך געזעהן פונדערווייטנס, מיט אייערע קליינע בערדעלע, האב איך א טראכט געטוהן - אפשר זייט איהר מיין באק? דערפאר האב איך געמאכט יא. שפעהטער, איך האב געטראכט - אבער מיין באק האט נישט געקאנט רעדן! איז כ`האב געמאכט ניין. -המשך-
 

בן הצבי

New member
המשך2

דערנאך האב איך געהאט א מיינונג - אפשר מיט א פאר חדשים האט דער באק אנגעלערנט צו רעדן.. אבער א היטל האט ער נישט געהאט! אפשר האט ער געקויפט, שוין רעדן קען ער, פארוואס קאן ער נישט קויפן א היטל? איינצוק? אויכעט אזוי. און אזוי ווייטער. אז דער רב האט געזעהן מיט וואס פאר א מוזשיק האט ער א געשעפט דא, האט ער איהם געפרעגט - נו, תכלית, וואס מיינסטו אצינד? ענטפערט דער ייד: אז דו ביסט א באק, אבער נישט מיינס..
 

בן הצבי

New member
המשך2

דערנאך האב איך געהאט א מיינונג - אפשר מיט א פאר חדשים האט דער באק אנגעלערנט צו רעדן.. אבער א היטל האט ער נישט געהאט! אפשר האט ער געקויפט, שוין רעדן קען ער, פארוואס קאן ער נישט קויפן א היטל? איינצוק? אויכעט אזוי. און אזוי ווייטער. אז דער רב האט געזעהן מיט וואס פאר א מוזשיק האט ער א געשעפט דא, האט ער איהם געפרעגט - נו, תכלית, וואס מיינסטו אצינד? ענטפערט דער ייד: אז דו ביסט א באק, אבער נישט מיינס..
 

מנדלמוס

New member
נו, אז מע'רעדט שוין פון דרשנים,

אמאל האט א נייער רב אין שטעטל,האט זיך ארויף אויף דער בימה, צו געבן א דרשה. האט ער געפרגט דעם עולם (הקהל) אויב זיי ווייסן אויף וואס ער גייט רעדן. הבן זיי געענטפערט "ניין" האט ער אראפ געגאנגען פון די בימה און נישט געדרשן'ט. דעם אנדער שבת, בשעת ער האט געדאפרט דרשן'ן האט ער ווידער געפרעגט אויב זיי ווייסן וואס ער גייט רעדן. האבער די מאל האבן זיי שוין געוווסט אז דארפן זאגן "יא" האבן זיי געזאגט יא. איז דער דרשן געענדיקט און אראפ פון בימה. דעם דרטן שבת האבן זיי שויןן געווען קלוגער און א טייל פון זיי האבן געזאט ניין, און אן אנדערער טייל האט געזאגט יא, האט דער רב ווידער געשלאסן די דרשה און אראפ פון בימע. יעצט איז צו געקומען דער גבאי און געפרעגט דעם רב וואס דארף דאס זיין? וואס מזאגט אים טויג נישט און ער דרשנ'ט ניט. האט דער רב געענטפערט : דאס ערשטע מאל אהב איך נישט גדרשןט ווייל קיינער ווייס נישט סיי ווי סיי ואס איך רעד, איז וואס איז דא צו רעדן? דאס צווייטע מאל, הבן זיי געזאגט אז ווייסן ואס איך גיי זאגן, איז וואס דארף איך איבער זאגן וואס זיי ווייסן שוין? און דאס דריטע מאל: האב איך געמיינט אז ס'ועט זיין א גוטער איינפאל אז די וואס ווייסן זאלן אויסלערנען םאר די וואס ווייסן נישט. ובא לציון גואל.
 
../images/Emo13.gif

שלום עליכם מנדלמוס, כ'האב דיך שוין לאנג נישט געזען. אבי מען זעט זיך. דרשנים טראגן אויף זיך וויצן אן קיין שיעור. זיי האבן דאס ערלעך איינגעקויפט. ווייל נישט יעדערער וואס וויל ריידען קען די מלאכה. איך מוז דיר דערציילן וואס כ'האב א מאל געהערט פון דעם אמעריקאנער בארימטן בדחן יענקל מילר. ער האט דערציילט, אז א מאל איז ער אריין אויף א שמחת בר-מצוה בשעת עמעצער האט געהאלטן א דרשה. דער בעל שמחה, דער פאטער פון דעם בר-מצוה בחור, האט אים פריינדלעך אויפגענומען און גערוימט אין אויער אריין: יאנקל! דער ייד וועלכער דרשנ'ט, שטייט און דעדט שוין איבער א שעה. דער עולם איז אומגעדולדיק און איך ווייס נישט וואס צוטון. אפשר האסטו אן עיצה, ווי אזוי אים אויפצוהערן? יא! זאגט יאנקל. איך פארשרייב אויף א שטיקל פאפיר בלויז פיר ווערטער, און שיק עס אפ מיט א קינד צום דרשן. באלד דערנאך וועט ער אויפהערן זיין דרשה. יענקל האט אויפגעשריבן און אפ געשיקט. דער דרשן קוקט אריין אין צעטל און עס געדויערט נישט מער ווי צווי מינוט, ער פארענדיקט זיין דרשה און זעץ זיך א נידער. דער בעל שמחה קומט צו צו יענקל מיט א פרייד: יאנקל! וואסארע כישוף האסטו געמאכט? זאג! וואס זענען געווען די פיר ווערטער וואס האסט פארשריבן אויפן פאפירל? ענטפערט יענקל, די פיר ווערטער זענען געווען: אייערע הויזן זענען צעריסן...
 

בן הצבי

New member
א דרשן און קברי צדיקים

אוי,כ`האב געלאכט.. דאס יארמער רב איז א שטיקל קונצער מאכער.. און נאך א מעשה האב איך, און אצינד וועל אייך דערציילן וועגן א דרשן און קברי צדיקים.דאס מעשה איז זייער באוואוסט צווישן ליובאוויטשער חסידים. ביים אלטן רבי`נ, דער רבי דער בעל התניא, איז געווען א גרויסער חסיד הייסט ר` שמואל מונקעס. דער ר` שמואל מונקעס, א חוץ דעם אז ער איז געווען א חסיד ירא שמים ולמדן, איז ער אויך געווען א גרויסער קונצער מאכער, פשוט א לץ. מכח ר` שמואל מונקעס קען מען דערציילן מעשיות פון היינט ביז מארגן, אבער נישט דאס וויל איך אויסן. המשך
 

בן הצבי

New member
המשך

איין מאהל ר` שמואל מונקעס איז געפארן צו גאסט אין שטעטל, און איז געווען דארטן אין א פונדק. צוזאמען מיט איהם אין צימער איז געשלאפן א דרשן, וועלכער איז געקומען אין שטעטל אריין דרש`נען פאר ימים נוראים און מאכן א פאר קערבעלעך, פאר פרנסה. צוזאמען מיט זיך האט ער געבראכט בריוולעך פון רבנים און גדולי-ישראל, און זיי שרייבן דארטן אז דער דאזיקער דרשן איז א גרויסער צדיק, א געוואלדיקער תלמיד חכם, און אזוי ווייטער. דער דרשן האט טאקע גע`דרש`נט, און מבטיח געווען דעם עולם אז זיי וועלן האבן א שווערע יאהר, -המשך-
 

בן הצבי

New member
המשך2

א פינסטערישער יאהר, אויב וועלן זיי נישט תשובה טאן. ער האט א סך גערעדט מכח דער גיהנם, די שטראפן דארטן, וגעה כל העם בבכי`. ר` שמואל מונקעס האט דאס אלדינגס געזעהן, און זיין חסידישן הארץ האט נישט געקאנט סובל אז מ`זאל מאכן חוזק פון תמימות`דיקע טייערע יידן נאר כדי צו באקומען א פאר קאפקעס. ווען זיי זיינען געווען אליין אין צימער, דער דרשן האט געזעהן, אז דעם טיר איז פארשלאסן, און ר` שמואל נעמט א חלף און הייבט זיך אהן איהר משחיז זיין. פרעגט דער דרשן ר` שמואל`נ: ``וואס מאכט איהר מיטן חלף, ר` ייד?`` -המשך-
 

בן הצבי

New member
המשך3

``פארשטייט איהר, ר` דרשן``, זאגט איהם ר` שמואל מונקעס, ``ס`איז דא א מנהג-ישראל צו זיין אויף קברי-צדיקים פאר ימים-נוראים``. דער דרשן האט נישט פארשטאנען. ``וואס האט עס צוטוהן מיטן חלף?`` פרעגט ער. ``פשוט אין אונדזער ראיאן נישטא קיין קברי-צדיקים, און איהר, רבי, לויט אייערע בריוולעך פון גרויסע רבנים, זייט א גרויסער צדיק``. אצינד האט ער געכאפט.. א חלף אין צדיק אריין, און אט דיר קבר-צדיק דא אין שטאט.. דער דרשן האט אנגעהייבן בחיל וברעדה צו זאגן - איך בין נישט קיין אזא גרויסער צדיק.. דאך שלאפן שלאף איך אהן קיין גארטל..המשך
 

בן הצבי

New member
המשך4

``א קליינער צדיק בא אונדז איז אויך גענוג``. זאגט ר` שמואל. דער דרשן זאגט ווידער - אבער בענטשן בענטש איך אהן א היטל.. ``רבי``, זאגט איהם ר` שמואל, ``מיר זיינען פשוטע יידן דא אין שטעטל. בא אונדז אזא צדיק איז אויך גענוג``. דער דרשן, מיטן צייט האט שוין אנגעהייבן צו וויינען, און זאגן אלע זיינע עבירות חטאים ופשעים, צווישן זיי אויך אז די בריוולעך האט ער בכלל גע`גנב`עט פון איימיצן. ``אזוי?`` זאגט ר` שמואל, און האט איהם גענומען אין שול, זאל ער בעהטן מחילה פונעם גאנצן עולם יידן..
 
שכויח ר' בן הצבי

האסט מיר געהאלטן אויף די נערוון אויף א גוטע צען מינוט ביז דו האסט געשריבן דעם "המשך4". איך האב נישט געוווסט צו ער וועט צום סוף שחטן דעם דרשן צי נישט. כ'על אייך זאגן דעם אמת: כ'האב געהאט גרויסע ספיקות אין דעם. און ברוך ה' האסט מיר דאס געלייזט. זיי געזונט.
 
למעלה