חברים, צי כאוויירים?

בן הצבי

New member
חברים, צי כאוויירים?

ווען איך בין געווען אין שליחות אין איזמאיל, אוקראינע, איינער אין שול, ר` וועלוול פעפערמאן האט מיר דערציילט אז א פעטער זיינער איז געווען פאר די מלחמה א סטודענט אין ווארשע. איין מאהל די בונדיסטן און די ציוניסטן האבן צווישן זיך איינגערעדט צו מאכן א קאמיטעט פאר אלע יידישע סטודענטן, נישט קוקנדיק אויב מ`איז א בונדיסט צי א ציוניסט. דער ערשטער ריידער ביים קאמיטעט איז געווען א בונדיסט, און ער האט אנגעהייבן מיטן ווארט: ``חברים!`` אבער ער האט גערעדט אויף יידיש, אזוי אז ער האט געזאגט ``כאוויירים``. די ציוניסטישע סטודענטן האבן איהם גלייך געענטפערט מיט א געשריי: ``חברים!`` און ער האט נאכאמאהל געשריגן ``כאוויירים!`` און אזוי ס`האט אנגעהייבן א קריג - א טייל סטודענטן שרייען ``כאוויירים`` און א צווייטן טייל שרייען ``חברים``, און אט אזוי האט עס אנגעהייבן און אויך געענדיקט דאס ערשטע און אויך לעצטע יידישע סטודענטן קאמיטעט..
 

minci

New member
די קאמוניסטן אין רוסלאנד

האבן געוואלט אפצעווישן און צעפרייטן די העבעריש פון יידיש . א נארישע פריוו! די יידישע צייטונג "עמעס"(אמת) איז א טרויעריקע ביישפיל.
 

בן הצבי

New member
טאקע אמת..

איך האב אמאהל געזעהן א קאריקאטור פונעם באוואוסטן ``עמעס``, עס האט מיך גענומען א ביסל צייט צו כאפן וואס הייסט ``כאזן`` (חזן) צי אין מענדעלע`ס ביכער - ``כעזשבן`` - חשבון, ``סידער`` - סידור, קאפצאנים - קבצנים, און אזוי ווייטער.
 

מובחרת

New member
``פסירעס טויבעס``...

דאס וואס מיין באבע האט געפלעגט זאגן אנשטאט:בשורות טובות...``נויט עוילומעס``- נוטה למות...40 יאר אין ישראל, און עברית האט זי נישט געלערנט!
 
די וואס האבן פארקריפלט דעם יידיש

זיינען געווען די קאמאניסטישע מאכט. די בונדיסטן האבן זיך נישט פארנומען מיט דעם.
 

בן הצבי

New member
איך ווייס.

איך האב געשריבן ``כאוויירים`` נאר כדי די חברה דא זאלן פארשטיין אז דער בונדיסט האט געזאגט ``חברים`` אזוי ווי מ`זאגט עס אויף יידיש, און די ציוניסטן האבן עס געזאגט אזוי ווי מ`זאגט עס אויפן היינטיקן העברעיש.
 

בן הצבי

New member
ניין..

``גיטע בסירעס`` האב איך קיינמאהל נישט געהערט.. ``פסירעס טויוועס`` אבער, האב איך יא געהערט.
 

leibl

New member
איך האב זיך דערמאנט אז

מיין טאטע זאל זיין געזונט (ער דארף טאקע האבען א רפואה) פלעגט שעלטן "מיסע משינע" אלץ א קליינע קינד האב איך נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט ווייל איך געקענט נאר עברית ביז האב איך געכאפט אז דאס מיינט "מיתה משונה"
 

בן הצבי

New member
אזוי ווי ``אקינאפלאטיע``..

איך פלעג הערן אסך פון איימיצן וועגן א געוויסע פרוי ``אקינאפלאטיע``, און איך האב קיינמאהל נישט פארשטאנען וואס דאס הייסט. ביז וואנעט מ`האט מיר באווארנט אז דאס איז ``א קי אין א פלאטיע`` (א קו אין אין א קלייד. פלאטיע = קלייד אויף רוסיש.) דאס הייסט, א גולם`טע.
 

שיינדי 1

New member
איך הם כתבו את:

``לעבן זאל דער חבר/כאווער ז`בוטינסקי? לעבן זאל ער אונדערט יאר, 99 אין שפעטאל, לעבן זאל דער חבר/כאווער ז`בוטינסקי...) איך גיי כאפן פעטש...(
 
למעלה