תורה איז די בעסטע סחורה -

תורה איז די בעסטע סחורה -

קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה, שמחת-תּורה אויף דער גאנצער וועלט! תורה איז די בעסטע סחורה - אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט. רעפרען : אוי-וויי, אוי-אוי-אוי! פריילעך, קינדער, אָט אַזוי! רענדלעך שיטן זיך פון די זעק - פריילעך אָן אַן עק ! כאָטש איך בין מיר אַן אָרעם יידל, און עס דאַרט מיר גוט דער מוח, שמחת-תּורה זינג איך אַ לידל און מאַך אַ גוטע כּוסע אויך… רעפרען : אוי-וויי… דבורה, גיב מיר די ניַיע קאַפּאָטע, איך וועל זי אָנטאָן טאַקע אצינד, איך וויל דיר זאָגן: אַלצדינג איז בלאָטע, אַבי מ'איז ברוך-השם, געזונט !… רעפרען : אוי-וויי… דבורה, גיב זשע נאָך אַ גלעזל פון דעם יום-טובדיקן וויַין ! וואָס האָסטו אַראָפּגעלאָזט דאָס נעזל? - אַ רוח אין מיַינע שונאימס טאַטן אַריַין ! רעפרען : אוי-וויי… אוי-וויי, דבורה, וואָס האָסטו מורא? - כ'בין אַ ביסל פריילעך, כ'קאָן ניט שטיין? - דבורה-לעבן, אום שמחת-תּורה ווער איז ניט פריילעך, זאָג אַליין ! רעפרען : אוי-וויי… צי עס דרייען זיך מיט די גאַסן? צי עס דרייט זיך מיט מיר די שטוב? דבורה, אָט האָסטו באמת גענאָסן - לעבן זאָלסטו, דאָס לעבן איז ליב !.. רעפרען : אוי-וויי… שמחת-תּורה - פון גאָט א מתּנה - זאָל אונדז תּמיד הייליק זַיין ! אפילו די שטערן מיט דער לבנה זיַינען געגאַנגען טרינקען וויַין… רעפרען : אוי-וויי… קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה, שמחת-תּורה אויף דער גאַנצער וועלט ! תורה איז די בעסטע סחורה - אזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט. רעפרען : אוי-וויי…
 
בגדול זה שיר שיכורים לשמחת תורה

כוסן למשל מדבר על כוס - יין. בקטן אני מבין בערך חצי מהמילים
 
למעלה