עס פעלט אויס א מאדערענער ווערטערבוך.

עס פעלט אויס א מאדערענער ווערטערבוך.

ווי מיר ווייסן, האט דער יידיש אין די לעצטע יארן באקומען עפעס אן אויפקום. אין א ריי ישובים לענגאויס דאס לאנד, עקזיסטירן טעטיקע קלובן אויף יידיש. מען דערציילט אז זיי זענען געפאקט. דער אויפקום איז נישט בלויז ביי לייט אין די מיטעלע יארן, וואס האבן געהערט אין זייער קינדווייז דעם קלאנג פון יידיש שטילערהייט אינדערהיים, אדער ביי זייערע זיידעס און בובעס. דער פאראינטערעסירונג אין יידיש איז אויך ביים יונגווארג.מער און מער פון זיי אינטערעסירן זיך אין דעם מאמע-לשון. מען דארף אונטערשטרייכן אז די צאל פון די סטודענטן וועלכע לערנען זיך אויס דאס שפראך, איז שוין היי-יאר אריבער די טויזנט פערזאן. טאקע דא ביי אונדז אין ישראל. פאראן אינסטיטוציעס, ווי למשל, לייוויק הויז און שלום עליכם הויז, וואס באשעפטיקן זיך, און געבן זיך אפ מיט דער יידישער קולטור און ליטעראטור. דאס איז זייער צוועק און זייער ציל. די דאזיקע אינסטיטוציעס פירן סעמינארן אויף שפראך. ארגאניזירן פארשידענע קולטורעלע פארוויילונגען, ווי רעפעראטן, פארשטעלונגען, דערציילונגען, כארן, געזאנג, אאז"וו. דער אנטייל אין זייערע טעטיקייטן איז גרויסצוליקער. זיי האבן ווי באוווסט איז, גרויס דערפאלג. דא שטעלט זיך א פראגע. און טאקע א גרויסע פראגע. אויב אזוי, ווי קען דאס אבער זיין, אז קיינער פון די יידישע אינסטיטוציעס פילט נישט ביי זיך קיין פליכט, פובליקירן א היינטצייטיקער העברעאישער/ יידישער ווערטערבוך. אזעלעכס וואס זאל זיין מיט קורצע מוסטערישע זאצן, וואס זאלן דייטלעך ארויסווייזן, ווי אזוי יעדעס ווארט דארף ריכטיק באנוצט ווערן. מיט צוויי ווערטער: א מאדערענער ווערטערבוך. אט אזא בוך פעלט היינט שטארק אויס. ער איז נויטיק ווי לופט צום אטעם. מיר איז שווער צו פארשטיין, פאר וואס נעמען זיך נישט אונטער, די יידישע אינסטיטוציעס, באזונדער, אדער צוזאמען, דורכפירן די ארבעט. שאפן און פובליקירן אזא ווערטפולער בוך? ווער דען זאל עס טון? דער איגוד המוסכים?! צי דער איגוד מגדלי הדגים?! ווער דען אויב נישט א יידישער אינסטיטוט?! די מעגלעכקייטן דערצו, און די פינאנסישע מיטלען דערויף זענען דאך הויפטזעכלעך ביי די דאזיקע אינסטיטוציעס. דאס איז פאר מיר אומפארשטענדלעך.
 

חייםלוי

Member
מנהל
אַ מאָדערנער װערטערבוך פֿעלט טאַקע

װער קען דאָס שרײַבן װײס איך נישט. די דערמאָנטע אינסטיטוציעס זײַנען נישט אַזױ רײַך און האָבן נישט די פֿינאַנציעלע מיטלען. אַן אַנדער פּראָבלעם איז װער קען דאָס שרײַבן. מען דאַרף קענען ײִדיש און העברעיִש זײער זײער גוט. עס זײַנען אַזעלכע װאָס קענען אײנע פֿון די שפּראַכן אָבער ניט בײדע. שרײַבן אַ װערטערבוך איז נישט אַזױ פּשוט.
 
גערעכט ר' שניאור

איך וויל נאך צוגעבן, אז דאס ווערטערבוך פון צאנין איז שוין שווער צו באקומען. אין די העברעישע שפראך, גייט פארווערטס שנעלער ווי דער יידיש, וואס, ליידער, איז אונטערשטעלינג געווארן. אפשר וועט ר' חיים עפעס מאכן אן אפטו אדער ר' מנדל ?
 
אפשר דארף מען טאקע צושטופן דערצו.

און צורעדן די לייטערס פון די אינסטיטוציעס. איך נעמן זיך דא אונטער, אפצוקויפן די צווי ערשטע עקזעמפלארן. איך בין גרייט אפילו באצאלן פאראויס.
 

חייםלוי

Member
מנהל
ס'איז ניט פֿאַר מײַנע כּוחות אָדער מנדלס

מען דאַרף האָבן עמעצער װאָס קען און האָט די צײַט.
 
מע דארף נאר וועלן ר' חיים

דאס איז א גרופע ארבעט. נישט פון איין פראפעסאר. ס'דארפן אנטייל נעמען פראפעסארן, פון יידיש און העברעיש. דאס האט געדארפט זיין דער אינציאטיוו פון די "נאציאנאלער אינסטאנץ פאר יידישער קולטור" ["הרשות הלאומית לתרבות היידיש"] נאר זיי זיינען פארנומען, מסתמא, מיט וויכיטיקערע זאכן...
 
למעלה