לגלישה באתר בגירסה המותאמת לסלולאר
| הוספת הודעה
הגדרות תצוגה

הגדרות עץ הודעות

מאפייני צפייה

הצג טקסט בתצוגה
הצג תגובות באופן
עדכן
1044310,443 עוקבים אודות עסקים

פורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.

הנהלת הפורום:

אודות הפורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.
x
הודעה מהנהלת הפורום
המשך >>

לצפיה ב-'עס פעלט אויס א מאדערענער ווערטערבוך.'
עס פעלט אויס א מאדערענער ווערטערבוך.
<< ההודעה הנוכחית
18/05/2007 | 11:18
5
ווי מיר ווייסן, האט דער יידיש אין די לעצטע יארן באקומען עפעס אן אויפקום. אין א ריי ישובים
לענגאויס דאס לאנד, עקזיסטירן טעטיקע קלובן אויף יידיש. מען דערציילט אז זיי זענען געפאקט.
דער אויפקום איז נישט בלויז ביי לייט אין די מיטעלע יארן, וואס האבן געהערט אין זייער קינדווייז
דעם קלאנג פון יידיש שטילערהייט אינדערהיים, אדער ביי זייערע זיידעס און בובעס.

דער פאראינטערעסירונג אין יידיש איז אויך ביים יונגווארג.מער און מער פון זיי אינטערעסירן זיך
אין דעם מאמע-לשון. מען דארף אונטערשטרייכן אז די צאל פון די סטודענטן וועלכע לערנען זיך
אויס דאס שפראך, איז שוין היי-יאר אריבער די טויזנט פערזאן. טאקע דא ביי אונדז אין ישראל.

פאראן אינסטיטוציעס, ווי למשל, לייוויק הויז און שלום עליכם הויז, וואס באשעפטיקן זיך, און געבן
זיך אפ מיט דער יידישער קולטור און ליטעראטור. דאס איז זייער צוועק און זייער ציל. די דאזיקע
אינסטיטוציעס פירן סעמינארן אויף שפראך. ארגאניזירן פארשידענע קולטורעלע פארוויילונגען, ווי
רעפעראטן, פארשטעלונגען, דערציילונגען, כארן, געזאנג, אאז"וו. דער אנטייל אין זייערע טעטיקייטן
איז גרויסצוליקער. זיי האבן ווי באוווסט איז, גרויס דערפאלג.

דא שטעלט זיך א פראגע. און טאקע א גרויסע פראגע. אויב אזוי, ווי קען דאס אבער זיין, אז קיינער
פון די יידישע אינסטיטוציעס פילט נישט ביי זיך קיין פליכט, פובליקירן א היינטצייטיקער העברעאישער/
יידישער ווערטערבוך. אזעלעכס וואס זאל זיין מיט קורצע מוסטערישע זאצן, וואס זאלן דייטלעך
ארויסווייזן, ווי אזוי יעדעס ווארט דארף ריכטיק באנוצט ווערן.

מיט צוויי ווערטער: א מאדערענער ווערטערבוך.

אט אזא בוך פעלט היינט שטארק אויס. ער איז נויטיק ווי לופט צום אטעם. מיר איז שווער צו פארשטיין,
פאר וואס נעמען זיך נישט אונטער, די יידישע אינסטיטוציעס, באזונדער, אדער צוזאמען, דורכפירן די
ארבעט. שאפן און פובליקירן אזא ווערטפולער בוך?

ווער דען זאל עס טון? דער איגוד המוסכים?! צי דער איגוד מגדלי הדגים?! ווער דען אויב נישט א יידישער
אינסטיטוט?!

די מעגלעכקייטן דערצו, און די פינאנסישע מיטלען דערויף זענען דאך הויפטזעכלעך ביי די דאזיקע אינסטיטוציעס.

דאס איז פאר מיר אומפארשטענדלעך.
יידיש >>
לצפיה ב-'אַ מאָדערנער װערטערבוך פֿעלט טאַקע'
אַ מאָדערנער װערטערבוך פֿעלט טאַקע
18/05/2007 | 11:31
װער קען דאָס שרײַבן װײס איך נישט. די דערמאָנטע אינסטיטוציעס זײַנען נישט אַזױ רײַך און האָבן נישט די פֿינאַנציעלע מיטלען.
אַן אַנדער פּראָבלעם איז װער קען דאָס שרײַבן. מען דאַרף קענען ײִדיש און העברעיִש זײער זײער גוט. עס זײַנען אַזעלכע װאָס קענען אײנע פֿון די שפּראַכן אָבער ניט בײדע. שרײַבן אַ װערטערבוך איז נישט אַזױ פּשוט.

יידיש >>
לצפיה ב-'גערעכט ר' שניאור'
גערעכט ר' שניאור
18/05/2007 | 11:34
3
איך וויל נאך צוגעבן, אז דאס ווערטערבוך פון צאנין
איז שוין  שווער צו באקומען.

אין די העברעישע שפראך, גייט פארווערטס שנעלער
ווי דער יידיש, וואס, ליידער,  איז אונטערשטעלינג געווארן.

אפשר וועט ר' חיים עפעס מאכן אן אפטו
אדער ר' מנדל ?
יידיש >>
לצפיה ב-'אפשר דארף מען טאקע צושטופן דערצו.'
אפשר דארף מען טאקע צושטופן דערצו.
18/05/2007 | 12:11
און צורעדן די לייטערס פון די אינסטיטוציעס.

איך נעמן זיך דא אונטער, אפצוקויפן די צווי
ערשטע עקזעמפלארן. איך בין גרייט אפילו
באצאלן פאראויס.
יידיש >>
לצפיה ב-'ס'איז ניט פֿאַר מײַנע כּוחות אָדער מנדלס'
ס'איז ניט פֿאַר מײַנע כּוחות אָדער מנדלס
18/05/2007 | 12:12
1
מען דאַרף האָבן עמעצער װאָס קען און האָט די צײַט.
יידיש >>
לצפיה ב-'מע דארף נאר וועלן ר' חיים'
מע דארף נאר וועלן ר' חיים
18/05/2007 | 13:29
דאס איז  א גרופע ארבעט.
נישט פון   איין פראפעסאר.
ס'דארפן אנטייל נעמען פראפעסארן,
פון יידיש און העברעיש.

דאס האט געדארפט זיין דער אינציאטיוו  פון די
"נאציאנאלער אינסטאנץ פאר יידישער קולטור"
["הרשות הלאומית לתרבות היידיש"]
נאר זיי זיינען פארנומען, מסתמא, מיט וויכיטיקערע זאכן...

יידיש >>

הודעות אחרונות

12:32 | 19.02.19 MaksimLevinskySong
15:16 | 15.02.19 NuddelmanSarit
10:00 | 06.02.19 1 מזמושץ
15:14 | 05.02.19 יענקל בער
10:12 | 03.02.19 יענקל בער
11:55 | 03.01.19 Judy 1
21:11 | 19.12.18 פיושי
16:35 | 12.12.18 יענקל בער
09:41 | 02.12.18 יענקל בער
21:27 | 01.12.18 יענקל בער
21:12 | 27.11.18 Judy 1
13:00 | 01.11.18 DalaGStanator

חם בפורומים של תפוז

חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?

מקרא סימנים

בעלת תוכן
ללא תוכן
הודעה חדשה
הודעה נעוצה
אורח בפורום
הודעה ערוכה
מכיל תמונה
מכיל וידאו
מכיל קובץ