ויקיפדיה באידיש איז אויף צרות

יואלישל

New member
א פשוט'ע פראגע צו דיר:

וואו זעסטו ביי מיר א פארקלאפטן קאפ? למעשה, בן-הצבי און מיין ווייניגקייט טאלערירן דיין ראדיקאלע, נישט-טאלערירנדע טאלעראנץ אידאלאגיע פיל מער ווי דו פארנעמסט די פרומע נישט-טאלעראנץ שיטה. איך מיין גארנישט פערזענליך. טראכט נאר א מינוט מיט א קאלטן מוח.
 

minci

New member
יואליש טייערער בן-הצבי איז

יא טאלעראנט אבער די הלכדיקע דעה וואס ער דערקלערט איז גארנישט טאלעראנץ, קאפויער! זאגן אז א ייד וואס גלייב נישט אין גענוי וואס איר גלייב אז שוין נישט מער א טייל פון יידענטום אען פון איין זייל פאנאטיש און פון דער אנדערער זייט נישט ארבינדט מיט לעבן. דןרך דיגאנצע יידישע געשיכטע זענען געווען באזונדערע דיעות און פלוגתות (אין גמרא צום ביישפיל...). קומען און באשטימען אז דווקא דאס איז די פראבלעם (משיח) לויט מיר איז ווי מע זאגט אין העברעיש "שרירות".
 

minci

New member
אני שונא את המקלדת!!!

אען = איז זייל = זייט ארבינדט = פארבינדט
 

בן הצבי

New member
ס`איז נישט מיינע ווערטער.

פלוגתות און מחלוקת`ן זענען תמיד געווען ביי יידן, אזוי ווי ס`זאגט זיך - צוויי יידן, דריי דיעות. אבער עס זיינען אויך תמיד געווען געווען געוויסע זאכן מיט וועלכן ווערט מען אפגעשנידן פון יודענטום און יידישן פאלק. נישט מסכים מיט וואס תורה פסק`נט, איז כפירה. אויף דערויף איז נישטא קיין מחלוקת. צו זיין מער קלאהר - עס קען זיין א מחלוקת אין הלכה צווישן דעם רמב``ם און שולחן-ערוך. אבער עס זיינען פאראן זאכן מיט וועלכן אלע זיינען מסכים אז דאס איז א יסוד פון יידישן גלויבן.
 

מובחרת

New member
איך האלט מיך איין

מיט אייזענע קייטן...ששש...קיין ווארט וועל איך נישט זאגן...:-D
 

בן הצבי

New member
דו ביסט א צדקת, דו ווייסט?

דער פריערדיקער ליובאוויטשער רבי זאגט, אז א ייד וויל נישט און קען נישט זיין אפגעריסן פון אלוקות. וואס הייסט דאס? עס זיינען דאך פאראן א סך יידן לא-עלינו, וועלכע האבן ממש פיינט אונדזערע אמונה. וואס טוט מען מיט זיי? יעדער ייד האט זיין גרעניץ מיט וועלכן ער מיינט אז דערמיט ווערט ער אפגעריסן פון יידישקייט און פונעם ריבונו-של-עולם, און דעם גרעניץ וועט ער קיינמאהל נישט אריבער גיין, און טאמער האט ער א חשש אז ער גייט דאס איבער שרייט ער אויס - איך בין א ייד!! דו זאגסט אז דו גלייבסט נישט אין ביאת המשיח, רח``ל. פיין, דאס איז דיין אמונה. אבער אז מ`זאגט אז דערמיט ביסט שוין אפגעריסן פון אלקות, שרייסטו אויס הויך און העכער: איך בין א יידענע! דאס פינטעלע ייד איז בא דיר נישט פארלאשן געווארן, ברוך השם.
 

מובחרת

New member
אז איך שווייג,

מיינט נישט, אז דו מיזט רעדן...איך בין א ראמעינער, דא? מה ככה?
 

יואלישל

New member
פארוואס טאקע?

רעד דווקא יא. לאמיר טאקע יא אויסשמועסן דעם ענין. וועט זיין אביסל לעבעדיג אין פארם. וואס קען שוין זיין?
 

מובחרת

New member
פארשטייסט נישט:

בן הצבי- באמבעט אין קאפ, ווערטער וואס ער האט ערגעץ געליינט. רמב``ם, מורה נבוכים...ער איז בליט און פלייש! איך מיז אים דען אלעס גלייבן? מאך אויס א תורה, און איך וועל דיך נאך טאנצן ווי א בלינדער??
 

יואלישל

New member
ווער רעדט פון טאנצן?

די דעבאטע, ווי איך פארשטיי איר, איז 1. בן-הצבי מיט זיין שיטה פון איין זייט; און 2. א מיספארשטענדעניש באגלייט פון גאליגן ציניזם פון דער אנדערער זייט. בן-הצבי האט דערקלערט זיין שיטה, ווי ער האט זי במסורה, וואס אזוינס דאס א "הלכה'דיגער איד" -- א איד, ווי דעפינירט לויט דער הלכה, ווי ער האט זי באקומען פארטייטשט פון זיינע רבי'ס. קיינער דיקטירט קיינעם נישט צו טאנצן -- נישט דיר נאך אים, נישט אים נאך דיר, נישט אונז נאך אלעמען... טאנץ נישט -- נישט ווי א בלינדער, נישט ווי א זעעוודיגער. אבער וואס אזוינס האט דיר מיט זיינע ווערטער אזוי ארויסגעטראגן פון גלייכגעוויכט?
 

מובחרת

New member
קיין שום בליט און פלייש-

וועט מיר נישט מחליט זיין צי איך בין א ייד, אדער נישט. דער רמב``ם האט געזאגט...ווער איז ער בכלל?? א מענטש! פונקט ווי מיר! איר דינגט זיך מיט מיר, וואל איר זענט א פרומער. גענוג געווען. כ`קויף נישט יעדעמס ברעכאכץ.
 

יואלישל

New member
אבער אזויפיל מעגסטו מיט מיר יא

מסכים זיין, אז דער רמב"ם אלס הלכה-אויטאריטעט מעג מחליט זיין ווער איז א "הלכה'דיגער" איד. ניין?
 

יואלישל

New member
פארגעסן א וויגטיגן עיקר:

איך בין א "פרומער", א חרדי, אבער נישט דאס איז די סיבה פאר מיין דינגען זיך מיט דיר. איך האלט באמת אז בן-הצבי איז דא אן אומשולדיגער קרבן פון אנטי-חרדישע פאראורטיילן.
 

מובחרת

New member
בן הצבי איז באליבט דא אין פארום.

ער איז נישט די פראבלעם. די זאכן וואס ער שרייבט- זענען א פראבלעם...ער שרייבט, מיר ענטפערן. אבי אז עס לעבט זיך.
 

minci

New member
נישטא קיין אנטי-חרדישע אטמאספער.

אויב א חרדי ,עמצער, (קיין שייכות מיט אייך אדער מיט בן הצבי) שרייבט דא און האלט דיעות וואס אין מיינע עם הארצדיקע אויגן זעען זיך נישט ריכטיק. איך פארהאפ אז איך מעג זאגן מיין מיינונג גלייך ווי ער מייגט. אויב חרדים שטערן מיך אדער יעדער איינער ס איז מיינע/זיינע אייגן פראבלעם כל עוד ער פירט זיך מיט דרך-ארץ און רעדן צום ענין. איר מעגט נישט באשולדיקן אים אין קיין זאך. אמת,ס איז א גרויסע אונטערשיינד צווישן אונדעזערע דיעות און די אופן אז מיר טראכטן וואס מע קאן טון? למשל, אויב ירושלים וועט ווערן "חרדית" דו וועסט זיין אין הימל און איך וועל זיין טיף אין טרויער אריין און אזוי איז דאס.
 

יואלישל

New member
אבער געוואלד, MINCI

וואס גייט דיר אן וואס די "הלכה" זאגט? פאקט בלייבט אז בן-הצבי איז זייער באקוועם מיט אלע נישט-פרומע. וואס איז דען אזוי געפערליך אויב די הלכה שליסט אזא איינעם אויס פון דער הלכה'דיגער דעפיניציע אויף "איד"?
 

minci

New member
ערשטנס, א ייד איז א ייד

אן שייכות צו זיין גלויב אין משיחס-צייטן. דאס דו ווייסט שוין. ווער האט באשלאסן אז צו גלייבן אין משיח א אזא וויכטיק? און נישט צום ביישפיל אין עולם הבא? (די צדוקים האבן נישט געגלויבן אין עולם הבא). לויט מיין מיינונג ס איז אנגעהויבן מיט די 13 העיקרים פון דעם רמב"םן. און איצט איך פרעג אייך, דו לעבסט לויט די הלכה פון רמב"ם ? פונקט די זעלבע? ניין! דאס טייל פון הלכה איז נישט רעלעוואנט פונקט ווי אז די הלכה וועגן לייגן מיט א ווייב -> מע האט חתונה.
 

יואלישל

New member
אמת, א איד, איז א איד

אבער א הלכה'דיגער איד, איז נאר א איד ווי אט די הלכה דיקטירט. ווי צו פארשטייטשן די הלכה? כ'בין נישט זיכער אז איבער דעם דעבאטירן מיר דא
 

minci

New member
א ב ע ר ....

(דו ביסט טאקען צווישן יידן גלייבסטו אז אזוי גיך מע ענדיקט א שמועס?) אויב רמב"םס דיעה מיינט עפעס, איך האב געגעבן די ביישפיל פון די צדוקים דווקא צו באווייזן אז די יידישע דיעות איבער די וועלט ארום זענען גאר אנדערע. לאמיר זאגן אז איצט מיר אלס פשוטע יידן קענען נישט באשלאסן ווער איז רעכטיק. ס איז זייער גרינג צו זאגן אז זיי זענען נישט קיין יידן (און דערפאר נישט צו שוויצן ווייל קעמפן זייערע דיעות). און זיין ענטער איז אנטולדיקט , פראפאגאנדא. נישט מער. אויב זיין דיעה מיינט נישט, פארוואס צו דערמאנען?
 
למעלה