ויקיפדיה באידיש איז אויף צרות

בן הצבי

New member
הלכה?

עבודה זרה איז דאס נישט. אפשר נארישקייטן, אבער גארנישט מער. צו זאגן אויף עפעס אז דאס איז עבודה זרה, דארף מען ברענגען קלאהרע הלכה`דיקע ראיות. וועגן הרב קוק`ס משיחיזם - מ`זעהט היינט קלאהר צו וואס האט עס געברענגט.
 
דער גרויסער ר' שח פלעגט זאגן

וועגן חב"ד אז "זו הכת הכי קרובה ליהדות" (ס'איז די נענסטע כת צו יידישקייט). און ער איז איינער פון די גרעסטע פוסקים. און מיר האבן שוין געזען וואס די משיחיזם פון די ליובאוויטשערס קען טון. אפילו די ליובאוויטשערס זעלבסט זענען געגאנגען צו בג"ץ צו בעטן אז די משיחיסטים וועלן נישט אונטערשרייבן אלץ "חב"ד" ווייל זייערע נארישקייטן פארשמוצן די אלע חסידות. טא ווען ליובאוויטשערס באקלאגן ווען משיחיזם פון אנדערער לייט: דאס איז בחזקת "כמים הפנים לפנים"
 

בן הצבי

New member
א פוסק איז ער נישט געווען.

אפילו נישט פארן ליטווישער קרייז. הלכה`דיקע ראיות פאר זיינע רייד איז ער אויך נישט געברענגט דערצו. (און דאס שמועה, וואס איהר האט געברענגט בשמו, איז נישט מער ווי א שמועה. ער איז טאקע געווען עכט מתנגד, אבער דוקא דאס איז נישט דוקא זיינע ווערטער.) אז מ`זאגט אז איימיצער איז אונטערן קאטעגאריע פון עובד עבודה זרה, מ`מוז מיר ברענגען עפעס ראיות דערצו. סתם ווארפן ווערטער קען מען אלע. און בנוגע דעם פארשידונג צווישן די צוויי סארטן משיחיסטן, אונדזערע און זייערע.. אונדזערע, זענען טאקע נישט נארמאלערס, איך האלט נישט פון זיי, ס`איז מיר שווער אפילו זעהן זיי אלס א טייל פון ליובאוויטש. אבער קיין סכנה אין דעם איז נישטא, סתם משוגענערס. ביי די מזרחיסטישע משיחיסטן, די וועלכע טענה`ן אז דאס מדינה איז אתחלתא דגאולה, איז דא א גרויסע סכנה, אפילו פאר אונדזערע בטחון. אז מ`פירט מלוכה`שע פירונג מיט א מיסטישע פערספעקטיוו פון עקסטרימישע משיחיזם, קאן מען נישט פירן דאס אין רעאלישע אויגן, ווי בטחון, ארמיי, און דאס גלייך. ס`איז גאר א גרויסע סכנה צו האלטן אן ארמיי ווען מ`איז נישט פארזיכערט אינגאנצן אויב די חברה דארטן זיינען דעם רמטכ``ל`ס סאלדאטן צי הרב קוק`ס. און בכלל, ווען מ`איז מקדש א מלוכה, עס גייט גלייך אריין אונטער דעם קאטעגאריע פון ריין פאשיזם.
 
הלכה ווילט איר?

וואס מיט די צלמים פון דעם רבי? וואס מיט דאווענען פאר דעם רבי שטאט רבש"ע? און וואס מיט ניחושים באוב מיט די קוויטלעך אין די אגרות-קודש? חוץ דעם ס'איז לוסטיג וואס איר זאגט וועגן ר' קוק, ווייל ער איז האלב ליובאוויטשער. פון זיין מאמע'ס זייט. און א בכבודיקער פוסק, און א טייערער ייד מיט גרויס אהבת-ישראל.
 

בן הצבי

New member
דאס איז שוין לעגענדעס..

דאוונען צום רבי`ן? ג-ט זאל אפהיטן, אזא מין זאך האב איך קיינמאהל נישט געהערט, אפילו נישט ביי אונדזערע צודרייטערס. וועגן אגרות-קודש פרעגט איהר? איך קען א חסידישער רבי, און ער מאכט דאס מיט ר` אלימלך מליז`ענסק`ס ספר, דער ``נועם אלימלך``. און דער ווילנער גאון פלעגט עס מאכן מיט א חומש, עס הייסט ``גורל הגר``א``. הרב אריה לעווין פלעגט אויך פון אמאהל צו אמאהל נוצן דעם באוואוסטן ``גורל הגר``א``. איי, וואס? שאלות איז א מצוה צו פרעגן דוקא אויף ליובאוויטש.. הרב קוק זצ``ל איז טאקע געווען א טייערער ייד, מיט א סך אהבת ישראל, און אהבת ארץ ישראל. א תלמיד חכם, און א געוואלדיקער גאון. איך מעג דאך אבער נישט מסכים מיט איהם, יע? און בכלל, מיינע טענות פארשטארקערן דוקא ווען עס קומט צו רעדן וועגן זיין זון, אויך נישט קליינער ת``ח, הרצי``ה. אבער זאג מיר, פארוואס מיינסטו אז יעדער רב צי א גאון ווערט גלייך א פוסק? הראי``ה קוק איז טאקע געווען דער רב-הכולל אין ארץ ישראל, דערפאר אויך א פוסק, אבער ר``א שך? בא דער ליטווישער וועלט איז ער געווען טאקע וואס זיי רופן א ``גדול``, אבער פוסק איז געווען הרב משה פיינשטיין, צי הרב שלמה זלמן אויערבאך, ביידע זענען געווען גוטע פריינד מיט ליובאוויטש, און מיטן רבי`ן זי``ע.
 

מובחרת

New member
איך גיי זיך נישט דינגען מיט דיר,

מעיגסט שרייבן , איך מיז נישט באקומען די זאכן, און שווייגן! אבער, דא איז פארום יידיש, און נישט פארום ``יהדות``. דערפאר, לאז איך דיר די לעצטע ווארט. ווי אזוי בין איך ר` בן הצבי?
 

בן הצבי

New member
love and marriage goes together -

Like a hourse and carriage... און אזוי אויך יידיש און יודענטום.. דער פארום איז טאקע פארום יידיש און נישט ספעציעל פאר יידישע רעליגיע, אבער מעג מען רעדן וועגן דעם אויך דא.. מוז מען נישט, אבער קיינער זאגט נישט אז מע טאר נישט. דו האסט פשוט געזאגט ``גלות`דיקע קליידער``. א היטל און רעקל פארבינדן זיך דוקא מיטן גלות? איך רעד נישט וועגן א שטריימל און א קאפטן, נייערט איך זעה דאס אלע דינגס פשוט אלס א מאדע, פונקט אזוי ווי די מאדע אין דער פרייער/גוישער וועלט.
 

מובחרת

New member
איצט איז שטיל געווארן...

איך מיז דיר זאגן, אז דיין גלויב, איז נישט מיינס. גאולה? דו מיינסט טאקע אז מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן? איך בין זייער לאנג צוריק, אראפ פונעם בוים. משיח איז א פאנטאזיע!
 

בן הצבי

New member
כל מי שאין מאמין בו,

או שאינו מחכה לביאתו לא בשאר נביאים הוא כופר, אלא בתורת משה רבינו הוא כופר. איך געדענק נישט דעם לשון המדויק, אבער אזוי פסק`נט דעם רמב``ם. איך בין א חבר מיט א סך מענטשן, אפיקורסים אויך, אבער זאלסטו נאר וויסן אז ווען דו זאגסט אז דו גלייבסט נישט רח``ל אין ביאת משיח, די יידישע רעליגיע און אמונה זעהט נישט דיר אלס א טייל פון איהר. דערמיט, ווערט מען רח``ל אפגעריסן פון יידישקייט, יודענטום, און דער ריבונו של עולם.
 

מובחרת

New member
פראבירסטו מיר צו זאגן,

אז א גרויסע טייל פון פאלק ישראל, גייען אין דער ערד- וואל מען גלייבט נישט?? די נארישקייטן זאלסטו ארויס לאזן פון מיין קאפ.
 

מובחרת

New member
אזער דעם,

האב איך שוין געשריבן: אז איך גיי זיך נישט דינגען מיט דיר, און איך דינג זיך יא...לאז מיך ארויס פון פעקל ...
 

בן הצבי

New member
דער ענטפער איז ניין.

די הלכה (לויט רוב הפוסקים) זעהט זיי אלע אלס תינוקות שנשבו, קינדער וואס האבן געבוירן געווארן אין נישט יידישע רעליגיעזע משפחות, און זיי זענען נישט שולדיק אין זייערע מצב. אבער דאס אז מ`דארף וויסן וואס תורה זאגט, אז דער וואס גלייבט נישט איז אזוי און אזוי, איז זעלבסט פארשטענדלעך, ספעציעל אז מ`האט אויסגעוואקט אין א פרומער קרייז.
 

מובחרת

New member
מיר וועלן אלע פארפאלט ווערן

אין דער ערד! אויב סוואלט געווען א המשך, וואלט שוין איינער צוריק געווען פון די טויטע, און וואלח געווארנט! קיין איינער קומט נישט צוריק. נאך אמאל: דאס זענען פאלטשע רעיונות. זעה אליין אז דאס זענען דמיונות.
 

בן הצבי

New member
קענסט טראכטן וואס דו ווילסט.

ס`איז נישט מיין עניין אריינצומישן אין דיינע אמונות. אבער צו זאגן אז יודענטום זעהט דיך אלס א טייל פון איהר? דאס איז שוין אדער עם הארציש, אדער א ליגן.
 

מובחרת

New member
דו ביסט א ייד.

מיר אלע זענען שקצים און שיקסעס. אויב דו זיכסט א שבת גוי, ווייסטו ווי מיך צו טרעפן...
 

בן הצבי

New member
רעד נישט קיין שטותים.

אבער דער דין פון אן אפיקורס ווייסטו דאך. איך זאג נישט אז דאס איז דיין שולד, אבער מ`דארף וויסן וואו האלט מען. איך האב חברים פון אלע סארטן, מתנגדים, חסידים, ליובאוויטשערס, משיחיסטן, פרייערס, מזרחיסטן, און נישט יידן אויך. קיינער דארף נישט טראכטן אזוי ווי איך כדי צו זיין מיין חבר, איך האב א כבוד פאר אלעמען. אבער וואס די הלכה זאגט, זאגט זי. מ`קען דאס נישט ענדערן.
 

מובחרת

New member
פיין פאר מיר...

בן הצבי לאזט מיר ``בלייבן`` זיין פריינד...מיר האבן זיך געטראפן ביים מעמד הר סיני...געדענקסט? אונדזערע נשמות זענען ארויס געפלוגן!
 

יואלישל

New member
איך בין נישט געווען דא אין פארום

עטליכע טעג. פשוט געווען זייער פארנומען אין ביזנעס. כ'האב יעצט דורכגעלייענט דען גאנצן שמועס. און איך מוז דיר, "מובחרת", זאגן אז דיין ציניזם אין דעם פאל איז נישט בארעכטיגט. "בן הצבי" איז זייער קלאר מסביר זיין שיטה און זיין וועג פון טראכטן. ער פארגעסט נישט דערביי אונטערצושטרייכן איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל זיין טאלעראנץ פאר עמיצן וואס טראכט אנדערש ווי אים. מובחרת: איך פערזענליך האב הנאה פון דיין שניט אין שרייבן -- כ'בין אליין א שטיקל ציניקער. אבער דא, אין אונזער פאל, קענסטו, סעקולאריסט, זיך לערנען טאלעראנץ ביי דעם פרומען בן הצבי.
 

מובחרת

New member
ביסט גערעכט.

ביסטו א פרומער? אויב יא, פארשטיי איך דיך בעסער. די פרומע פארקלאפטע קאפ.
 
למעלה