ויקיפדיה באידיש איז אויף צרות

ויקיפדיה באידיש איז אויף צרות

גייט אריין אין פאראם ``חרדים``, דארטן ווערט געבריינגט א כתבה וועגן דעם.
 

חייםלוי

Member
מנהל
אט איז דער לינק

http://www.tapuz.co.il/tapuzforum/main/Viewmsg.asp?forum=818&msgid=93936401 איך זע נישט די "צרות". איך בין אויך א חילוני און דער אמת איז אז דער חרדישער כאראקטער פון ויקיפדיה אויף יידיש איז מיר נישט געווען צום הארץ. אויב די חרדים ווילן שרייבן א חרדישע ענציקלאפעדיע קענען זיי עפענען אן אינטערנעץ זייט פאר זיך. ויקיפדיה האט א שם און זי דארף זיין געשריבן ווי די העברעישע אדער די ענגלישע ויקיפדיעס, לויט די זעלבע ליניעס.
 
א נארישע מעשיה

ויקיפדיה אינה שייכת לאיש ואין לה מנהלים. כל אחד יכול לכתוב שם, ולערוך מאמרים. רוב המאמרים עדיין בנושאים חרדיים, המאמרים עדיין ברמה נמוכה וירודה מאין כמוה, ומשקפים כנראה את רמת ההשכלה והידע של כותבי היידיש המעוניינים לכתוב שם. בויקיפדיה יש מפעילי מערכת שכל סמכותם היא לחסום כותבים שמשחיתים ערכים אחרים. יתכן ואלה הם היום חילונים המנסים לשלמור על איזושהי מינימליות של אובייקטיביות, ולמנוע למשל שמאמר על חזיר יסתכם במילים "בהמה טרפה". בעמוד הראשון של הויקיפדיה ביידיש מופיעות עדיין החדשות החרדיות שאין מקומן בשום אנציקלופדיה, אבל הקוראים יכולים לשים אותן שם. ולסיום - לויקיפדיה ביידיש כמו לכל אחת אחרת אין תקציב. הויקיפדיה העולמית בצרות בגלל אי גיוס מספיק כספים, אבל דאס איז שוין אין אנדערע מעשיה.
 
טעות שלי

מסתבר שבויקיפדיה עשו משהו שלא קרה בשום שפה אחרת. המשתתפים החרדיים נהגו למחוק ולהשחית כל ערך בנושא כללי, ולמחוק כל עובדה הסותרת לדעתם את השקפתם החרדית, דבר שלא קרה בשום אנציקלופדיה אחרת ברשת העולמית. לכן מונו מפעילי מערכת שהחלו לחסום בסיטונות את המשחיתים החרדים., וביטלו את החדשות החרדיות. הושגה פשרה זו לשונה אזויווי אונזערע נייע מנהלים האבן דא פארגעשלאגן א פשרה אז מען טאר נישט בארבייטען קיין ארטיקלן וואס איז שייך און נוגע פאר אונזער אידישער חסידישער לעבן, על כל פנים פאר נאך איין וואך, בעטן מיר בכל לשון של בקשה באטייליגט זיך אין די ליסטע פון ארטיקלן וואס איז יסודות'דיג פארן כללית לעבן און האט נישט קיין שייכות מיט אונזער ציוויליזאציע דוקא. װיקיפּעדיע:וויכטיגע ארטיקלן דאס וועט דינען פאר ארבייט פאר די קומענדיג שטיק צייט מען זאל האבן פון וואס צו שרייבן אן קיין מחלוקת. א דאנק. הנהלה כלומר החרדים נתבקשו לא להשחית במשך שבוע מאמרים על ידע כללי. נראה איך זה יעבוד.
 

minci

New member
אהבת חינם ולא שנאת חינם!

טייערער, חילונים זענען אויכעט מענטשן.
 

בן הצבי

New member
ווארט א מינוט..

וויקיפעדיע אויף יידיש איז געמאכט געווארן דוקא פאר פרומע יידן? איך מיין, אז אזוי ווי יעדער זאך, דארף מאכן דורך ספעציאליסטן אין דער פאך, און ס`מאכט נישט צי זיי גלייבן אין עפעס, צי היטן זיך עפעס וואס. די מענטשן דארפן זיין ספעציאליסטן אין דער יידישער שפראך, יידישע קולטור, און אלערליי וועלטישע טעמען. אויב זיי זענען פרומע צי פרייע, איז זייער אייגענער פריוואטער זאך.
 

minci

New member
און אויב איך וויל ליינען יידיש?

אויף צו להכעיס. איר קעןנישטפארמאכט דאס שפראך אין מאה שערים-גאולה מיר די חילונים זענען יידן און נישט ערגער פון דיר. אונדזער משפחות זענען געקומען פון די זעלבע ערטער מיר האבן די זעלבע זכות ווי אייך. רעדן, שרייבן, טראכטן, לאכן און וויינען אויף מאמע-לשון. מיר זענען איין פאלק און אויב ס איז נישט באקוועם , איך קען נישט העלפן.
 

minci

New member
איך וויל זיין קלאר.

איך מיין זאגן אז מיר קענען מאכן זאכן איניינעם און נישט תמיד איין קעגן דער אנדערער.
 

מובחרת

New member
אן אלטער בראך.

די פרומע וועלט, שפירט אז די יידישע שפראך איז הייגנס. אלץ ``לא שינו לבושם, לשונם``. מען איז געבליבן מיט די גלותדיגע קליידער, און שפראך...
 

בן הצבי

New member
מ`איז געבליבן מיט די גלות`דיקע..

א וואס, דו מיינסט אז ס`איז שוין אויס גלות, און די גאולה איז שוין געקומען, אזוי ווי די מזרחיסטישע משיחיסטן?
 

minci

New member
דו ווייסט אז בן-גוריון האט דעקלערט

די יידישע מלוכה, יידן פון צפון-אפריקה האבן געפרעגט ביי דער גענעראל רב פון די קהילה אויב דער תשעה באב וועט בלייבן ווייטער א צום... אלע מאל א טייל פון יידן זענען געבליבן אין גלות. יידן האב געזעסן אין "עבר הירדן" און עגיפט אין די טעג פון דער ערשטער בית המקדש און מע דארף נישט דערמאנען די גלויות אין דער צווייטן בית המקדש צייטן. די פראגע איז ,לויט מיין מיינונג, ווען ס איז נישט קיין "גלות"? און זיכער אז דורכן די גלות יידן האבן געבייטן די קליידער אסך מאל. א חרדי זעעט זיך גענוי ווי עראפעישע הער אין די 19- יאר הונדרעט. אברהם אבינו האט נישט געקעט דער שטריימל.
 

בן הצבי

New member
ווער זאגט דא דיעות?

די גלות איז א הלכה`דיקע ווארט. די יידישע הלכה זאגט פינקטלעך ווען ס`הייבט זיך דאס גלות, און וועט ס`ענדיקט זיך. דער רמב``ם (דער איינציקער פוסק אין דעם) פסק`נט קלאהר אז די גלות ענדיקט זיך אין דער סעקונדע ווען משיח קומט, נישט א מינוט קודם. משיח, לויט וואס איך ווייס, איז נאך נישט געקומען. די ציונישע מדינה אין ארץ ישראל איז טאקע א נס געמאכט געווארען דורכן אייבערשטן ראטעווען יידן. דער אייבערשטער האט א סך רחמנות געהאט אויף זיינע קינדער, געבליבענערס פונעם אייראפישן פארברענטן חורבן, און אונדז געגעבן די מעגלעכקייט צו לעבן בארויקט דא אין ארץ הקודש, און אליין צו פירן אונדזערע לעבן. אבער צו זאגן אז ``מפני חטאינו גלינו מארצינו`` איז בטל געווארן, אז ס`איז נישטא אויף וואס צו וויינען אום תשעה באב, איז פשוט עם-הארץ`שקייט. און צו זאגן אז אזעלכע שנה ופירש`ניקעס, להכעיס`ניקעס, קרימינאלן קעגן יידישקייט און יודענטום אזוי ווי בן גוריון מיט זיינע חברה לצים, האבן געבראכט אונדזערע גאולה, איז ממש א געלעכטער.
 

minci

New member
גוט, איך האב געבראכט א מעשה.

עס מיינט נישט אז איך אליין גלייב אז די גלות איז געענדיקט. איך האב נאר געבראכט די טעמע אז ס איז "אתחלתא דגאולה". ווי הרב קוק אליין האט באטענט. עם הארץ אדער נישט איך גלייב אז דו ביסט מסכים אז זייער א וויכטיקע אייגענשאפט פונעם משיח איז צו באנייען די יידישע מלוכה אין ארץ ישראל. ס איז אמת אז א גרויסע טייל פון די ציוניסטישע "שמאל" איז געווען קעגן רעליגיע אבער מדינת ישראל אלס א סיסטעם איז נישט דווקא קעגן.
 

בן הצבי

New member
איך האב א סך קעגן הרב קוק`ס משיחיזם

די חברה פון גוש אמונים שטאמען פון זיינע געדאנקען, און זיי טראכטן און גלייבן ממש אין משיחיזם, און זייער א סכנה`דיקער משיחיזם. וואס טוט הרב קוק מיט וואס דער רמב``ם האט גע`פסק`נט, ווייס איך נישט. די מעשה מיט די ספרדישע יידן און זייערע שאלה איז זייער שיין, דוקא מצד זייערע ריינע תמימות. אבער מ`קען נישט זאגן אז זיי האבן רעכט געהאט..
 

minci

New member
נישט וועגן רעכט מע רעדט.

איך האב ליבן געהאט די פראגע אליין און נישט מער. איך ,דער קליינער, פארשטיי צו ווייניק אין גלות און גאולה הלכות אז ס וואלט זיין א שפאס אויב איך וואלט גיבן מיין מיינונג.
 
ר' בן הצבי

דער משיחיזם פון די לובאוויטשערס איז נישט א סך בעסער. אפשר אויך ערגער - ממש ע"ז לא עלינו. און איך האב ליב די לובאוויישע נשמה און לייט, אבער אויב אין הלכה עסקינן ...
 
למעלה