די יידישע וויקיפעדיע

../images/Emo49.gif די יידישע וויקיפעדיע ../images/Emo49.gif

די יידישע וויקיפעדיע האט ערשט דערגרייכט צו 1000 ארטיקלען... ועוד היד נטויה. עפעס לעצטנס האבן זיך גענומען א פאר חברה-לייט צו שרייבן און באלעבאטעווען די יידישע וויקיפעדיע, און ס'האט אנגעהויבן צו שפרודלען א ערנסטע יידישע קהילה ארום דעם פראיעקט. איך מוז צושטעלן אז איך פערזענליך האב נישט געגלייבט אז "יידיפעדיע" האט א צוקונפט. איך האב געמיינט אז עס איז נישט פאראן גענוג יידישע כוחות אויף אונטערצוהאלטן אזא ריזן פראיעקט, און אזעלכע וואס זאלן נישט פארמאטערט ווערן אין גיכן. אבער איך בין א נארעלע, ווייזט זיך אויס, און די יידישע וועלט האט באהאלטענע כוחות וואס שפראצן דא ארויס. די סיסטעם פון דער וויקיפעדיע, לאזט נישט צו אזעלכע טענות ווי: "ס'איז דארט אפילו נישטא אן ארטיקל וועגן מענדעלע מוכר-ספרים..." אמת ס'איז טאקע נישטא, אבער פאר וואס שרייבסטו נישט אליין דעם ארטיקל? און איך פרעג זיך אליין אויך די הארבע קושיא און דעם נארישן תירוץ איז: איך האב נישט קיין צייט... נו, שוין, ס'גלייבט זיך נישט. לאמיר הייבן א לחיים
פאר די טויזנט ארטיקלען און לכבוד די ל"ו צדיקים וואס האלטן עס אונטער.
 

חייםלוי

Member
מנהל
מזל טוב. איך האָב אױך נישט קײן צײַט

ס'איז נישט אַזאַ גרױסע זאַך צו שרײַבן לכל הפּחות עפּעס װעגן מענדעלען אָדער אַנדערע שרײַבערס. נאָר די צײַט דאַרף מען האָבן.
 

grinberg

New member
פון די שרייבערס

איך שרייב דארט א סך, אויך אונדזער יואליש שרייבט דארט, און נאך עטליכע סאטמארער חסידים. אין א קורצע צייט וועט מען עפענען נאך צוויי פראיעקטן 1) וויקיביבליאטעק - דארט וועט מען קענען קאפירן גאנצענע אידישע ביכער וואס האיר רעכטלעכקייט איז שוין צעגיינגען (פג תוקפו). 2) וויקינייעס - פאר די וואס זיינען פארקויפט צו אקטועלע-נייעס. קומט דארט באזוכן
 

grinberg

New member
מענדלע מוכר ספרים

אונדזער מיטגלידער קרעכמער האט שוין גערן געשריבן אן ארטיקל איבער "[[מענדלע מוכר ספרים]]" קוועטשט אהער
 

grinberg

New member
פארראכטן

עס איז דווקא יא געוועזן דארט אן ארטיקל אויף מענדעלע, נאר עס איז געוועזן פאלש געשריבן. אצינד האבן מיר שוין צוויי ווערסיעס.
 

naftuli2

New member
צוויי ווערסיעס און ביידע טויגן

אויף כפרות. אין ביידע ווערסיעס, למשל, ווערט ניט דערמאנט אפילו איין ווערק פון מענדעלען. מיט די איבעריקע ארטיקלען איז עס אויך נישט פויגלדיק. איך רעד שוין ניט פון עם-הארצות, דאס מילא. איך האב אביסל אריינגעקוקט אין אנדערע ארטיקלען, עס איז פשוט א חרפה און א בושה, טיילמאל אויך סתם אויסגעמישט בארימערייען פון איין זייט מיט לשון הרע כפשוטו פון דער אנדערער זייט. עס האט ביי מיר אפגענומען יעדן חשק צו פארריכטן. אפשר וועלן אנדערע מיט מער צייט זיך אונטערנעמען, ווייל עס שלאגט פשוט צו דער גאל
 

grinberg

New member
קיינער האלט נישט אז ס'איז אן ענציק'

קיינער האלט נישט אז ס'איז אן ענציקלאפעדיע, יעצט איז דארט נאר דא איינציגע מיטגלידער (אומגעפער 5-10) און יעצט איז דאס נאר צו בויען, דערווייל קען מען נאך נישט הנאה האבן פון ליינען, מען מוז נאר שרייבן און שרייבן, אפשר אין א פאר יאר ארום וועלן מיר זיך קענען בארימען מיט א יידישע ענציקלאפעדיע.
 

יואלישל

New member
../images/Emo45.gif

גרינבערג, איי ביזטו גערעכט - און איך גראטוליר דיין איינגעהאלטנקייט! איך בין אבער מיט דיר מחולק. איך האלט יא אז ס'איז אן ענציקלאפדיע. גרייזיג? באגרעניצט? ארעם? חסרונות? זיכער יא! אבער אויב איז עמיצער געוואויר געווארן מענדעלע'ס נאמען - אפילו אן זיך דערקונדיגן וועלכע ביכער ער האט מחבר געווען - איז ער אויך עפעס געוואויר געווארן. די "ייקיפעדיע" (צו ניצן נועמ'ס חידוש) איז נישט געווען, און יעצט איז זי יא דא. איז עס אנגעוואנדן אויף מיר, דיר און יענעם אז ס'זאל דערפון ווערן א לייט. די ארטיקלען זענען די פרוכט פון די וואס שרייבן דארט יא. נפתלי: אז א מייסטער ווי דו וועט דארט צולייגן א האנט, וועט דערפון ווערן א מייסטערווערק! איך בין אויך זייער פארנומען; האב איך באשלאסן צו באגרעניצן מיין טעטיגקייט צו בלויז פאררעכטן דעם אידיש. (און הערשט טו איך דאס אויך נישט...) אן עצה? נעם אויף זיך איין אזא זאך - באזייטיגן פאלשע אינפארמאציע איז נישט קיין שלעכטער ביישפיל - און גיב זיך דערמיט אפ אויף וויפיל דו קענסט/ווילסט. נאר אזוי וועט די אידישע וויקיפעדיע דערגרייכן דעם שטאפל ווי א אידישע ענציקלאפעדיע פארדינט.
 

grinberg

New member
../images/Emo45.gif יישר כח אויפן שטיצן

נישט יעדער פארשטייט דעם וויקיפעדיעס געדאנק, אזעלכע מיינען אז דער וויקיפעדיע באלאנגט צו א געוויסע געזעלשאפט, און זיי פארשטייען נישט אז ס'באלאנגט צו אונדז אלע יעדן גלייך. און דערפאר פורכטן זיי צו אין איר שרייבן.
 
למעלה