לגלישה באתר בגירסה המותאמת לסלולאר
| הוספת הודעה
הגדרות תצוגה

הגדרות עץ הודעות

מאפייני צפייה

הצג טקסט בתצוגה
הצג תגובות באופן
עדכן
93379,337 עוקבים אודות עסקים

פורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.

הנהלת הפורום:

אודות הפורום יידיש

x
הודעה מהנהלת הפורום
המשך >>

לצפיה ב-'דזיגאַן און שומאַכער און נועם '
דזיגאַן און שומאַכער און נועם
<< ההודעה הנוכחית
16/01/2005 | 09:17
2
148
זאָל זיך דער נחי נישט אַרויסדרײען און שפּילן תּמעוואַטע... ער איז געווען כּמעט אין אײן מײַנונג מיט מיר אַז שמוליק עצמונס טעאַטער איז ווערט אַ טאָטער...

איצטער קען מען שוין אָנהײבן:

כאָטש כ'האָב נישט קײן געלט איצט אויף דער נשמה האָב איך זיך נישט געקענט אָפּזאָגן פֿון  דעם געלעגנהײט צו זען דעם נײעם פֿאָרשטעלונג פֿון דער ייִדישפּיל-טרופּע. איך האָב זיך ערשטנס געפֿילט שולדיק אַז איך האָב אַזוי שאַרף קריטיקירט דעם טעאַטער און נישט געזען אַפֿילו אײן פֿאָרשטעלונג זײַערער און זיך נאָר פֿאַרלאָזט אויף חבֿרים-מומחימס דעה. צווײטנס, איז דאָס אַ פֿאָרשטעלונג וועגן "דזיגאַן און שומאַכער" איז דאָך אַ מיצווה עס צו גײן זען, און מסתּמא זיך אויך קאַטשען אַ ביסל פֿון געלעכטער, נישט נאָר פֿון זײערע שטיקלעך נאָך אויך פֿון דער נאָכלאָזיקײט און אומבאַלופּערטקײט פֿון דעם באַשמוצטן טעאַטער.

לאָמיר עס מאַכן קורץ און שאַרף:

1. לויפֿט עס זען. צאָלט אַפֿילו דעם פֿולן פּרײַז, עס וועט אײַך אָפּגעבן כּהנה וכהנה.

2. איך וועל נאָך שרײבן צו שמוליק עצמונען פּערזענלעך, אָבער איך בעט אים מחילה. עס איז טאַקע אמת אַז דער דאָזיקער מין טעאַטער אין נישט פֿון די קינסטלערישע מאָדערנע טעאַטערס, אָבער דער אויפֿטו פֿון שמוליק עצמון איז גרויס, גאָר גרויס.

איך האָב געמײנט אַז אויף דער בינע וועל אַלע פֿאַלשעווען: די אַקטיאָרן וועלן דעקלאַמירן אָן צו פֿאַרשטײן, זײ וועלן פֿאַרמישן און צעדרײען פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן, דער מוזיק וועט זײן אַ צעגראַבלטע רעקאָרדירונג, די מאָנאָלאָגן נאַריש ביז צו זיך באַגראָבן פֿאַר בושה. וואָס איך האָב געטראָפֿן איז אָבער געווען פּונקט פֿאַרקערט – אין אלע געביטן!

יעקבֿ באָדאָ האָט אַרפּגעלײגט אַ מאָנאָלאָג פֿון אַן אַלטיטשקן וואָס זיצט נעבעך אויפֿן באַנק אין הויף פֿון זײַן מושבֿ-זקנים און קלאָגט זיך אָן ווי זײַן אײן און אײנציק זון קומט אים נישט באַזוכן... דאָס גאַנצע פֿאָרשטעלונג איז ווערט געווען אַפֿילו נאָר צוליב דעם.

יעקבֿ האַלפּערין האָט געפּילט די ראָלע פֿון גאָט, און ס'איז געווען אַ מחיה. הלוואַי טאַקע אַזאַ גאָט זאָל אונדז מישפּטן.

איך ווײס נישט איצט ווי די אַקטריסע הײסט, אָבער אַן אַקטריסע האָט פֿאַרגעשטעלט אַ שטיקל מאָלי פּיקאָן, נאָך אפֿשר בעסער ווי זי אַלײן.

איך וואָלט געשריבן מער, נאָר כ'נעם זיך צו דער אַרבעט.
יידיש >>
לצפיה ב-'און איך האָב געמײנט'
און איך האָב געמײנט
18/01/2005 | 09:02
1
6
אַז מ'עט מיר באַוואַרפֿן מיט שטײנער.

איר זענט אַלע שטום געוואָרן?
יידיש >>
לצפיה ב-'פֿאַרװאָס װאַרפֿן מיט שטײנער?'
פֿאַרװאָס װאַרפֿן מיט שטײנער?
18/01/2005 | 09:45
7
מודה ועוזב ירוחם. האָסט אַ טעות געמאַכט און פֿאַרריכט.
יידיש >>

הודעות אחרונות

07:56 | 22.11.17 נריה222
08:02 | 21.11.17 אידוב
23:27 | 26.10.17 Judy 1
19:39 | 26.10.17 ציקימינגו 22
07:00 | 10.10.17 אומפהלומפה
11:40 | 02.10.17 Judy 1
18:53 | 26.09.17 Judy 1

חם בפורומים של תפוז

בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?

מקרא סימנים

בעלת תוכן
ללא תוכן
הודעה חדשה
הודעה נעוצה
אורח בפורום
הודעה ערוכה
מכיל תמונה
מכיל וידאו
מכיל קובץ