לגלישה באתר בגירסה המותאמת לסלולאר
| הוספת הודעה
הגדרות תצוגה

הגדרות עץ הודעות

מאפייני צפייה

הצג טקסט בתצוגה
הצג תגובות באופן
עדכן
1093610,936 עוקבים אודות עסקים

פורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.

הנהלת הפורום:

אודות הפורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.
x
הודעה מהנהלת הפורום

לצפיה ב-'וואס כ'האב היינט געשריבן אין בלאג'
וואס כ'האב היינט געשריבן אין בלאג
17/03/2004 | 16:13
21
4

הערט אַ מעשׂה: אַ ייִד האָט אַ מאָל געזוכט דעם אמת. געזוכט מישטיינס געזאָגט. ער האָט געקלעטערט אויף בערג און טאָלן, איבערגעוואַנדערט גאַנצע מדבריות, ער האָט שוין געזען גרינע ווערעם. ביז איין מאָל אַ פֿאַרנאַכט דערזעט ער אַ מערה אויפֿן שפּיץ באַרג, דער אַרײַנגאַנג איז געווען פֿאַרשטעלט מיט שפּינוועבאַכץ, און דער ייִד רייסט זיי אויף און קריכט אַרײַן אין דער פֿײַכטקײט און זעט פֿאַר זײַנע אויגן אַן אַלטע פֿרוי מיט אַ צעקוועטשטן גוף, אַ הויקער נעבעך וואָס לאָזט זי נישט רירן פֿון אָרט, מיאוס ווי אַ מאַלפּע, און אַ געשטאַנק פֿון טויטע ווערעם אַרום איר...

"דו זוכט דעם אמת, אַיאָ?" פֿאַרציט זי די נאָז.

"יאָ! ווי קומט עס צו דיר?" האָט דער ייִד זיך געוווּנדערט.

"טײַערינקער, איך בין דער אמת! איך בין דאָ פֿאַרוואָרפֿן טאַקע, אָבער ווי דו זעסט, דו האָסט געזוכט דעם אמת, ביסטו אַהער געקומען", און זי האָט זיך איבערגעהאַקט מיט אַ קוויטש.

האָבן זײ בײדע פֿאַרווײַלט אַ ביסל, און דער ייִד וואָס איז געווען צופֿרידן מיט דער מציאה, האָט זיך שוין געפּעקלט אין וועג אַרײַן. גיט ער אַ פֿרעג די אַלטיטשקע צי זי וויל ער זאָל דערציילן אויף איר עפּעס פֿאַר דער גאָרער וועלט. האָט זי אים אָפּגעזאָגט פֿון דעם און אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט "גיי־גיי....".

ווען דער ייִד איז שוין געגאַנגען אַ שטיקל מהלך אין וועג אַרײַן, לויפֿט זי אים נאָך און שרײַט: "ווייסטו וואָס? דערצייל אַז דו האָסט געפֿונען דעם אמת ערגעץ אין אַ מערה... און זי איז שיין, ריין, יונג, מיט אַ ליכטיקן פּנים... וואָס האַרטו דיר?"

רבותי, דער נמשל? שטעלט זיך פֿאָר אַז אַ ייִדישיסט זאָל שרײַבן מיט ייִדישע קידוש־לבֿנה־אותיות: ייִדיש לעבט נישט מער!

http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=7203
יידיש >>
לצפיה ב-'נועמטשיק, א מחיה!!!'
נועמטשיק, א מחיה!!!
17/03/2004 | 16:18
9
לצפיה ב-'זארג זיך נישט ר' נועם '
זארג זיך נישט ר' נועם
17/03/2004 | 16:34
6
יידיש שטארבט שוין 1000 יאר !
יידיש >>
לצפיה ב-''
17/03/2004 | 16:38
1
לצפיה ב-'וואס זאגסטו קעצי ?'
וואס זאגסטו קעצי ?
17/03/2004 | 16:55
1
יידיש איז א ביסעלע צוקנייטשט,
און פאראויקערט.

אויף אונדז געזאגט, נאך טויזנט יאר...
יידיש >>
לצפיה ב-'זי דארף שויין צוריק קימען'
זי דארף שויין צוריק קימען
17/03/2004 | 18:17
1
1
סליחה, יש שגיאות. אייך בין א סאברע
יידיש >>
לצפיה ב-'און איך בין אה סבררעניצע'
און איך בין אה סבררעניצע
19/03/2004 | 00:14
לצפיה ב-'כה אמר באשעוויס '
כה אמר באשעוויס
17/03/2004 | 18:29
איך האב עס געשריבן נישט ווייל איך האב טאקע מורא אז יידיש וועט פארשווונדן ווערן, נאר כדי צו געבן א משל אויף די וואס האלטן אין איין איבערקייען, אז יידיש איז א טויטע שפראך אאז"וו.

איז שוין, מיר רעדן א טויטע שפראך, משמע מיר זיינען טויטע...

צינט אן די עלעקטריע! מע זאל כאטש זען

יידיש >>
לצפיה ב-'בן אהרון, זאג אים דאס אמת,'
בן אהרון, זאג אים דאס אמת,
18/03/2004 | 11:33
שלום עליכם,

זאג אים דאס אמת, אז מיר וועלן שטארבן קודם.
                                                יעלי
יידיש >>
לצפיה ב-'א דאנק, מיאוווווווו'
א דאנק, מיאוווווווו
17/03/2004 | 18:30
1
לצפיה ב-'נאך האט געזאגט באשוויס'
נאך האט געזאגט באשוויס
17/03/2004 | 19:01
ווען ער האט באקומען דעם 'נובל פרייס'
גענטפערט צו די פראגע,
פארוואס ער שרייבט יידיש 'א טויטע שפראך.'

"נאך א ביסל צייט וועט קומען משיח.
און אלע יידן וועלן אויפשטיין "תחיית המתים"
וועלן זיי זוכן א יידיש בוך...
יידיש >>
לצפיה ב-' שיין..'
שיין..
17/03/2004 | 19:45
10
לצפיה ב-'א גרויס יישר כוח'
א גרויס יישר כוח
17/03/2004 | 21:51
9
11
היינט בין איך געגאנגען צו י.ל. פרץ ביבליוטעק.דארט כ'האב געזען דער אמת.און דער אמת איז אז יידיש איז טאקע אן "אַלטע פֿרוי מיט אַ צעקוועטשטן גוף, אַ הויקער נעבעך וואָס לאָזט זי נישט רירן פֿון אָרט, מיאוס ווי אַ מאַלפּע, און אַ געשטאַנק פֿון טויטע ווערעם אַרום איר..."ת אבער זי לעבט נאך.אויב דו וועסט זעהן די לאגע פון יידיש-גיט דארט א ויזיט!
אבער לכל הפחות איך בין צוריק געקומען אהיים מיט א פאר נייע ביכער,און מיט א שטיקל שונד ליטעראטור.
יידיש >>
לצפיה ב-'וועלכע שונד ליטעראַטור?'
וועלכע שונד ליטעראַטור?
17/03/2004 | 22:18
7
4
אַ פאר מאָנאַט צוריק האָב איך געהאַלטן און קאַטאַגאַלאָזירט זיבן אָדער אַכט שונד ביכער וועלכע זייַנען אַרויסעגעבן אין תל אבֿיבֿ אין 1985 למשל: דער גבֿיר און די יונגע אלמנה, די טראַגעדיע פֿון אַ פֿאַרשיקטע טאָכטער אא"וו
יידיש >>
לצפיה ב-'נאך א "גורל"'
נאך א "גורל"
<< ההודעה הנוכחית
17/03/2004 | 22:46
6
4
מיין טאטעס בוך הייסט אויך "גורל"
אויסגאבע פון פרץ פארלאג.

די שאנד בין איך.

פון 59 קאפיטלען האב איך איבער-געזעצט  7...

שוין מער ווי 10 יאר, שטעקט דאס ביי מיר.

יידיש >>
לצפיה ב-'מיר האָבן דאָס בוך אין די'
מיר האָבן דאָס בוך אין די
17/03/2004 | 22:55
4
ביבליאָטעק
יידיש >>
לצפיה ב-'די גרויסע ארבעט.'
די גרויסע ארבעט.
17/03/2004 | 23:26
3
1
וואס ער האט געמאכט.

ארויסגעבן דעם, "ספר יזכור" לקדושי פולטוסק.
איינער פון די רעדאקטארן.

א בוך, האלט דאס ווי צוויי באנדן פון די
"אנציקלופדיה העברית"
יידיש >>
לצפיה ב-'בן - אני מתעלפת'
בן - אני מתעלפת
18/03/2004 | 18:50
2
1
גם סבא שלי מפולטוסק.
יידיש >>
לצפיה ב-'על פי תורת ההסתברות, ענת '
על פי תורת ההסתברות, ענת
19/03/2004 | 09:26
1
1
אני אחיך ה...חורק !
יידיש >>
לצפיה ב-'חחחחחח'
חחחחחח
19/03/2004 | 13:43
לצפיה ב-'בן - יש עותקים מהספר: "גורל"'
בן - יש עותקים מהספר: "גורל"
18/03/2004 | 18:57
1
גם בספריה של אוניברסיטת בר-אילן.
יידיש >>
לצפיה ב-'ווארף א ביינדל... באנדיט '
ווארף א ביינדל... באנדיט
18/03/2004 | 08:26
5
וואס זיינען די שונד-שטיקער?

יידיש >>

הודעות אחרונות

00:03 | 15.07.20 חייםלוי

חם בפורומים של תפוז

חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?

מקרא סימנים

בעלת תוכן
ללא תוכן
הודעה חדשה
הודעה נעוצה
אורח בפורום
הודעה ערוכה
מכיל תמונה
מכיל וידאו
מכיל קובץ