וואס כ'האב היינט געשריבן אין בלאג

וואס כ'האב היינט געשריבן אין בלאג

הערט אַ מעשׂה: אַ ייִד האָט אַ מאָל געזוכט דעם אמת. געזוכט מישטיינס געזאָגט. ער האָט געקלעטערט אויף בערג און טאָלן, איבערגעוואַנדערט גאַנצע מדבריות, ער האָט שוין געזען גרינע ווערעם. ביז איין מאָל אַ פֿאַרנאַכט דערזעט ער אַ מערה אויפֿן שפּיץ באַרג, דער אַרײַנגאַנג איז געווען פֿאַרשטעלט מיט שפּינוועבאַכץ, און דער ייִד רייסט זיי אויף און קריכט אַרײַן אין דער פֿײַכטקײט און זעט פֿאַר זײַנע אויגן אַן אַלטע פֿרוי מיט אַ צעקוועטשטן גוף, אַ הויקער נעבעך וואָס לאָזט זי נישט רירן פֿון אָרט, מיאוס ווי אַ מאַלפּע, און אַ געשטאַנק פֿון טויטע ווערעם אַרום איר... "דו זוכט דעם אמת, אַיאָ?" פֿאַרציט זי די נאָז. "יאָ! ווי קומט עס צו דיר?" האָט דער ייִד זיך געוווּנדערט. "טײַערינקער, איך בין דער אמת! איך בין דאָ פֿאַרוואָרפֿן טאַקע, אָבער ווי דו זעסט, דו האָסט געזוכט דעם אמת, ביסטו אַהער געקומען", און זי האָט זיך איבערגעהאַקט מיט אַ קוויטש. האָבן זײ בײדע פֿאַרווײַלט אַ ביסל, און דער ייִד וואָס איז געווען צופֿרידן מיט דער מציאה, האָט זיך שוין געפּעקלט אין וועג אַרײַן. גיט ער אַ פֿרעג די אַלטיטשקע צי זי וויל ער זאָל דערציילן אויף איר עפּעס פֿאַר דער גאָרער וועלט. האָט זי אים אָפּגעזאָגט פֿון דעם און אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט "גיי־גיי....". ווען דער ייִד איז שוין געגאַנגען אַ שטיקל מהלך אין וועג אַרײַן, לויפֿט זי אים נאָך און שרײַט: "ווייסטו וואָס? דערצייל אַז דו האָסט געפֿונען דעם אמת ערגעץ אין אַ מערה... און זי איז שיין, ריין, יונג, מיט אַ ליכטיקן פּנים... וואָס האַרטו דיר?" רבותי, דער נמשל? שטעלט זיך פֿאָר אַז אַ ייִדישיסט זאָל שרײַבן מיט ייִדישע קידוש־לבֿנה־אותיות: ייִדיש לעבט נישט מער! http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=7203
 
זארג זיך נישט ר' נועם ../images/Emo3.gif

יידיש שטארבט שוין 1000 יאר !
 
וואס זאגסטו קעצי ?../images/Emo108.gif

יידיש איז א ביסעלע צוקנייטשט, און פאראויקערט. אויף אונדז געזאגט, נאך טויזנט יאר...
 

estyzu

New member
זי דארף שויין צוריק קימען

סליחה, יש שגיאות. אייך בין א סאברע
 
כה אמר באשעוויס ../images/Emo13.gif

איך האב עס געשריבן נישט ווייל איך האב טאקע מורא אז יידיש וועט פארשווונדן ווערן, נאר כדי צו געבן א משל אויף די וואס האלטן אין איין איבערקייען, אז יידיש איז א טויטע שפראך אאז"וו. איז שוין, מיר רעדן א טויטע שפראך, משמע מיר זיינען טויטע... צינט אן די עלעקטריע! מע זאל כאטש זען
 

yaely2

New member
מנהל
בן אהרון, זאג אים דאס אמת,../images/Emo7.gif

שלום עליכם,
זאג אים דאס אמת, אז מיר וועלן שטארבן קודם. יעלי
 
נאך האט געזאגט באשוויס../images/Emo63.gif

ווען ער האט באקומען דעם 'נובל פרייס' גענטפערט צו די פראגע, פארוואס ער שרייבט יידיש 'א טויטע שפראך.' "נאך א ביסל צייט וועט קומען משיח. און אלע יידן וועלן אויפשטיין "תחיית המתים" וועלן זיי זוכן א יידיש בוך...
 

נחי

New member
א גרויס יישר כוח

היינט בין איך געגאנגען צו י.ל. פרץ ביבליוטעק.דארט כ'האב געזען דער אמת.און דער אמת איז אז יידיש איז טאקע אן "אַלטע פֿרוי מיט אַ צעקוועטשטן גוף, אַ הויקער נעבעך וואָס לאָזט זי נישט רירן פֿון אָרט, מיאוס ווי אַ מאַלפּע, און אַ געשטאַנק פֿון טויטע ווערעם אַרום איר..."ת אבער זי לעבט נאך.אויב דו וועסט זעהן די לאגע פון יידיש-גיט דארט א ויזיט! אבער לכל הפחות איך בין צוריק געקומען אהיים מיט א פאר נייע ביכער,און מיט א שטיקל שונד ליטעראטור.
 

חייםלוי

Member
מנהל
וועלכע שונד ליטעראַטור?

אַ פאר מאָנאַט צוריק האָב איך געהאַלטן און קאַטאַגאַלאָזירט זיבן אָדער אַכט שונד ביכער וועלכע זייַנען אַרויסעגעבן אין תל אבֿיבֿ אין 1985 למשל: דער גבֿיר און די יונגע אלמנה, די טראַגעדיע פֿון אַ פֿאַרשיקטע טאָכטער אא"וו
 
נאך א "גורל"

מיין טאטעס בוך הייסט אויך "גורל" אויסגאבע פון פרץ פארלאג. די שאנד בין איך. פון 59 קאפיטלען האב איך איבער-געזעצט 7...
שוין מער ווי 10 יאר, שטעקט דאס ביי מיר.
 
די גרויסע ארבעט.

וואס ער האט געמאכט. ארויסגעבן דעם, "ספר יזכור" לקדושי פולטוסק. איינער פון די רעדאקטארן. א בוך, האלט דאס ווי צוויי באנדן פון די "אנציקלופדיה העברית"
 
למעלה