ס'איז גיט

חייםלוי

Member
מנהל
בספרייה יש רק תווים ולא המילים.

מתחת לתווים כתובות המילים באותיות לטיניות. זה לא ממש ברור.
 

ספוטר

New member
אשמח גם לזה אם זו לא טרחה


 
אוי ס'איז גוט.

זאת גירסת המלים ששרים,
טוביה צפיר ואירמה סטפנוב.

אוי ס'איז גוט.

מילים: ג'ייקוב ג'ייקובס,
לחן: אייב אלשטיין
שרים : טוביה צפיר ואירמה סטפנוב.
שחקני תיאטרון יידישפיל.

-קינדער ליבע פֿאַרגעסט נישט קיינער
ס' קריכט אַרײַן טיף אין די ביינער.
אָט דאָס פֿלעגט מײַן מאַמע זאָגן מיר.
- ווען דו הייבסט אָן מיט דײַנע ריידן.
בײַ מיר אין האַרץ עס שײַנט אין פֿריידן,
אין אונדזער צײַט ווען איך בין דאָ בײַ דיר.

אוי ס'איז גוט,
אַליין צו זיצן מיט אַ מיידל,
אוי ס'איז גוט,
דער קאָפ פֿאַרדרייט זיך ווי אַ רעדל
אוי ס'איז גוט,
ווען מ'קאָן אַ מיידל זאָגן : כ'האָב דיך ליב.

אוי ס'איז גוט,
אַליין צו זײַן מיט אַ יִינגל.
אוי ס'איז גוט,
צו קריגן אַ קידושין רינגל,
אוי ס'איז גוט,
ווען איך קאָן אַ יִינגל זאָגן :
כ'האָב דיך ליב.

אוי, אוי, אוי,
איך האָב שוין דעם בעסטן סימן
אַז דו ביסט ערלעך פֿײַן.
אוי, ווען דו ביסט אָנגעקומען
ביסטו מיר גלײַך אַרײַן אין די ביינער.

אוי ס'איז גוט,
אז מ'קאן אַ ליבע טראָגן.
אוי ס'איז גוט,
ווען מ'קאָן די ווערטער זאָגן.
די מינוט טיאָכקעט דאָ בײַ מיר
אין האַרץ , אויך דאָס בלוט.

אוי, אוי, אוי,
איך האָב שוין דעם בעסטן סימן
אָז דו ביסט ערלעך פֿײַן.
אוי, ווען דו ביסט אָנגעקומען
ביסטו מיר גלײַך אַרײַן אין די ביינער.


אוי ס'איז גוט,
אז מ'קאן אַ ליבע טראָגן.
אוי ס'איז גוט,
ווען מ'קאָן די ווערטער זאָגן.
די מינוט טיאָכקעט דאָ בײַ מיר
אין האַרץ , אויך דאָס בלוט.

אוי ס'איז גוט.
ס'איז גוט.
 
למעלה