לכבוד פורים וואס איז שוין געווען

חייםלוי

Member
מנהל
לכבוד פורים וואס איז שוין געווען

יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט
זי האַלט זיך אין איין פּאַקן
זי דאַרף אויף פורים קויפֿן מעל
המן טאַשן באַקן

האָפּ מיינע המן-טאַשן
האָפּ מיינע ווייסע
האָפּ מיט מיינע המן-טאַשן
האָט פּאַסירט אַ מעשה

ס'גייט אַ רעגן, ס'גייט אַ שניי
ס'קאַפּעט פֿון די דעכער
יאַכנע טראָגט שוין קאָרנמעל
אין אַ זאַק מיט לעכער.

האָפּ מיינע

יאַכנע טראָגט שוין שלח-מנות
צו דער מומע יענטע
צוויי דריי שוואַרצע המן-טאַשן
האַלב רוי, האַלב פֿאַרברענטע

האָפּ מיינע
 

דווידיש

New member
אַ מְחַיה, ר' חיים

און אַ דאַנק, אָבער וווּ זענען די רעשט המן-טאַשן ? דער עולם איז ניַיגעריק ...
 
דאס דארמונט מיר ...

מיין מאמע ע"ה פלעגט דאס זינגען, נישט אלע ווערטער גענוי דאר..... או איך זינג מיין אייניקל ווען עס רעגנט....
 
למעלה