שורות ראשונות של ספרי קלאסיקה מהספרות העולמית

חייםלוי

Member
מנהל
שורות ראשונות של ספרי קלאסיקה מהספרות העולמית

הקטע התפרסם בעיתון המקוון ביידיש: דער יידישער מאמענט http://www.yiddishmoment.com/150014971496150615121488149614931512.html

באקאנטע ערשטע שורות פון באוואוסטע ראמאנען
די פאלגנדיקע פראזעס זיינען די ערשטע שורות פון בארימטע ראמאנען און דערציילונגען פון דער וועלט-ליטאראטור. אפשר ווייסט איר די נעמען פון אט-די ליטערארישע ווערק?

1. ,רופט מיך ישמעאל.'
2. ,אלע גליקלעכע פאמיליעס זיינען ענלעך. יעדע אומגליקלעכע פאמיליע איז אומגליקלעך אויף אן אייגענעם אופן.'
3. ,אז גרעגאר סאמסע האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי פון אומרואיקע חלומות, האט ער זיך געפונען אין בעט פאר א פארוואנדלטן אין אן אומגעהויערן אינסעקט.'
4. ,אין משך פון א טייל פון דער ערשטער העלפט פון דעם איצטיקן יארהונדערט, און בפרט בשעתן שפעטערדיקן טייל דערפון, האט אין דער שטאט ניו-יארק געבליט און פראקטיצירט א דאקטאר, וואס האט הנאה געהאט פון אן אנגעזעענעם דרך-ארץ, וואס, אין די פאראייניקטע שטאטן האט מען ארויסגעוויזן פאר די אנשטענדיקע מיטגלידער פון דער מעדיצינישער פראפעסיע.'
5. ,דאס זיינען געווען די בעסטע צייטן, דאס זיינען געווען די ערגסטע צייטן.'
6. ,דאס קינד האט געוויינט הויך. אז ער זאל געווען וויסן, אז ער איז א יתום, איבערגעלאזט אין צארטן רחמנות פונעם קירכע-דינער און דער הויז-פרוי, וואלט ער געוויינט נאך העכער.'
7. ,אין מיינע יינגערע און מער אנגרייפבארע יארן, האט מיר מיין טאטע געגעבן אן עצה, וואס איך האב דאס שוין גאר אפט איבערגעטראכט זינט דעמאלט. "ווען ס'ווילט זיך דיר קריטירן א מענש", האט ער מיר געזאגט, "געדענק זשע נאר, אז ניט אלע מענשן אויף דער וועלט האבן די זעלביקע מעלות וואס דו האסט..."'
8. ,דערפאר ווייל דער פאמיליען-נאמען פון מיין פאטער איז געווען פיריפ, און מיין קריסטלעכער נאמען פיליפ, האט מיין עופהלעדיק צינגעלע ניט געקאנט אויסריידן קיין שום לענגערס אדער פארשטענדלעכערס ווי פיפ.'
9. ,נו, פרינץ, גענאע און לוקע זיינען איצט די משפחה-גיטער פון די באנאפארטס.'
10. ,ער איז געווען א זקן, וואס האט געכאפט פיש אליין אין א לאטקעלע אין איינגוס-שטראם און האט שוין פארבראכט 84 טעג אן צו כאפן איין פיש.'
11. ,ראבערט קאהן איז אמאל געווען דער מיטל-וואגיקער באקס-מייסטער אין פרינצטאן.'
12. ,קיינער וואלט ניט געגלויבט בשעת די לעצטע יארן פון ניינצענטן יארהונדערט, אז די דאזיקע וועלט איז אנגעקוקט געווארן מיט גרויס אויפמערקזאמקייט און אינטערעס פון אינטעלעקטן נאך גרעסער ווי די פון א מענש. בשעת מ'האט זיך פארנומען מיט פארשידענערליי זארגן, זיינען זיי געווארן באאפאכט און אנאליזירט, אפשר מיט אזא פארזיכט ווי א מענש מיט א פארגרעסערוגס-גלאז אנאליזירט די קורץ-לעביקע בריאות, וואס מערן זיך און ווימלען אין א טראפן וואסער .'
13. ס'איז געווען א העלער, קאלטער טאג אין אפריל און די אלע זייגער האבן געשלאגן דרייצן.
14. ס'איז א באקאנטער אלוועלטלעכער פאקט, אז א פארמעגלעכער בחור מיט א גרויס פארמעגן דארף האבן א ווייב.
15. לאליטע, דאס ליכט פון מיין לעבן און די שרפה אין מייע לענדן!
 

חייםלוי

Member
מנהל
אנסה לזהות את הספרים שאני מכיר

1. מובי דיק - הרמן מלוויל
2. אנה קארנינה - לב טולסטוי
3. הגלגול - פרנץ קפקא
5. בין שתי ערים - צ'רלס דיקנס
9. מלחמה ושלום - טולסטוי
10. הזקן והים - ארנסט המינגוויי
14. גאווה ודעה קדומה - ג'יין אוסטן
15. לוליטה - ולדימיר נבוקוב
15.
 
12 "מלחמת העולמות "הרברט ג'ורג' וולס.

No one would have believed in the last years of the nineteenth century that this world was being watched keenly and closely by intelligences greater than man's ...
 
למעלה