די ליד: "הערשעלע, דו לעבסט אין מייַן זכּרון" פון מינע בערן

די ליד: "הערשעלע, דו לעבסט אין מייַן זכּרון" פון מינע בערן

איך זוך שוין זייער לאנג די ליד פון מינע בערן: "הערשעלע, דו לעבסט אין מיין זכרון".
צי קען איינער פון אייך ארויפברענגען דא א לינק וואס פירט צו א וועבזייטל אין וועלכן מ'קען הערן די ליד?
אדער קען ווער פון אייך ארויפברענגען דא א רעקארד פון אט די ליד?
איך ווייס אז דער מחבר פון די ליד איז מרדכי גיבירטיג, אבער די זינגערן איז מינע בערן (בערנהאלץ).
ווייסט איר אפשר וואו מען קען כאטש ליינען די ווערטער פון די ליד?
 

חייםלוי

Member
מנהל
זייער א שיין ליד פון געבירטיג

הערשעלע ער לעבט אין מײַן זיכּרון,
און כאָטש ער איז אַװעק פֿון מיר שױן לאַנג,
זע איך אים נאָך אין זײַנע קינדעריאָרן,
קלינגט נאָך זײַן קול מיר װי אַ זיס געזאַנג.

רעפֿרײן:

הערשעלע, געדענקסטו נאָך,
מיר זײַנען בײדע קינדערלעך געװען?
הערשעלע, צי בענקסטו נאָך,
צי האָסטו װען אין חלום מיך געזען?
הערשעלע, געדענקסטו נאָך
דאָס אַלטע הײַזל, די קלײנע שטיבלעך צװײ?
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
װען בײדע האָבן מיר
געװױנט אין זײ;
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
איצט ביסטו װײַט פֿון מיר,
אַלץ איז פֿאַרבײַ.

הערשעלע מיר שפּילן זיך צוזאַמען,
אָט זײַנען מיר נאָך יונגע קינדער צװײ,
און ס'קװעלט מײַן מאַמע, שמײכלט צו זײַן מאַמען,
ס'װעט אַ שײן פּאָרל זײַן אַ מאָל פֿון זײ

הערשעלע, געדענקסטו נאָך...

הערשעלע, שױן שפּעטער אַ סך יאָרן,
איז װײַט אַװעק באַשערט מיר נישט געװען,
מײַן מאַמעס װוּנטש מקוים נישט געװאָרן,
אַװעק און מער אים קײן מאָל נישט געזען.

הערשעלע, געדענקסטו נאָך
די לעצטע נאַכט דעם לעצטן 'בלײַב געזונט'?
הערשעלע, זינט יענע נאַכט
געבליבן איז אין האַרצן מיר אַ װוּנד,
הערשעלע, געדענקסטו נאָך,
דו האָסט געשװױרן װעסט אײביק זײַן מיר טרײַ?
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
פֿלעגסט ברענגען בלימעלעך מיר,
כ'בענק הײַנט נאָך זײ.
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
און איצט דאָס האַרץ זאָגט מיר,
איז אַלץ פֿאַרבײַ
 
טאקע זייער א שיין ליד

א דאנק דיר חיים פאר דאס ליד.
אבער עפעס ליגט מיר אין זיכרון - נאך א זאץ וואס פעלט דא:
"הערשעלע, צי לעבסטו נאך"...
 

חייםלוי

Member
מנהל
איך האב געזוכט אין צוויי ביכער: פערל פון יידישע לידער

פון חנה מלאטעק. און פון די אנטאלאגיע פון יידישע פאלקסלידער, באנד 5 (מרדכי געבירטיג). אזא זאץ האב איך נישט געזען. און אפילו אין א פאטאקעפיע פון זיינע לידער אין זיין האנטשריפט און א קאפיע אין שרייבמאישנקע. "הערשעלע, צי לעבסטו נאך" האב איך נישט געפונען



 
ווער זשע האט א רעקארד פון מינה בערן - "הערשעלע"?

א ברכה אויף דיין קאפ, חיים לוי. עס קען גאר זיין אז מינע בערן האט אליין צוגעלייגט אט דעם זאץ.
אלנפאלס וואלט איך געוון זייער דאנקבאר דעם וואס וועט דא אראפבריינגען דאס ליד "הערשעלע" ווי עס ווערט געזונגען דורך מינע בערן.
עס איז גארנישט צו פארגלייכן די שיינקייט פון דעם זינגען, צו די שיינקייט פונ'ם טעקסט.
 
אוי, א שאד!

איך האב דאס ליד געהערט אמאל אין דער ישראל ראדיא, און אפילו אראפגעכאפט מיט א טייפרעקארדער, אבער איך קען נישט געפינען דעם טייפ.
חיים, די באשרייבונג צו וועלכע דו האסט מיר אנגעגווענדעט, איז זייער אינטערעסאנט.
צי לעבט נאך מינע בערן?
 

חייםלוי

Member
מנהל
זי איז געשטארבן צו 99 יאר אין 2010

איך האב געזוכט אין די נאציאנאלע ביבליאטעקס ארכיוו און מיר האבן נאר א רעקארד פונעם ליד געזונגען פון מאנפרעד לעם.
 
צי קען איך באקומען א לינק צום ארכיוו?

צי קענסטו דא געבן א לינק וואס פירט צו דעם וועב זייטל אין וועלכן מען קען הערן דאס ליד געזונגען דורך מאנפערד לעם?
(כאטש איך גלויב נישט אז ער זינגט עס אזוי שיין ווי מינע בערן).
 
דאנק און האפענונג

א דאנק דיר, חיים. איך זע אבער אז מ'קען דארט נישט הערן דאס ליד.
מילא, איך וויל האפן אז עמיצער וועט זיך אנרופן און ארויפבריינגען דא דאס ליד ווי עס זינגט מינא בערן.
 
יא, עס שפילט! וואונדערליך שיין!

עס איז טאקע נישט אזוי שיין ווי ביי מינא בערן, אבער עס איז וואונדערבאר. איך האב זייער הנאה געהאט.
נאר וואס? ביי אט די זינגערן זענען די ווערטער א ביסל אנדערש. אויך פארפעלט זי דעם פאלגעדן לעצטן טייל פון דאס ליד:

הערשעלע, געדענקסטו נאָך
די לעצטע נאַכט דעם לעצטן 'בלײַב געזונט'?
הערשעלע, זינט יענע נאַכט
געבליבן איז אין האַרצן מיר אַ װוּנד,
הערשעלע, געדענקסטו נאָך,
דו האָסט געשװױרן װעסט אײביק זײַן מיר טרײַ?
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
פֿלעגסט ברענגען בלימעלעך מיר,
כ'בענק הײַנט נאָך זײ.
גוט איז מיר
געװען אַ מאָל מיט דיר,
און איצט דאָס האַרץ זאָגט מיר,
איז אַלץ פֿאַרבײַ

אלנפאלס, א שיינעם דאנק אושפיזאי'ן פאר'ן שיקן דאס ליד.
מיט דעם אלעם וויל איך נאך האפן אז עמיצער וועט שיקן מינא בערנ'ס הערשעלע.
 
למעלה