צוויי טעקסטן צו יום־העצמאות

צוויי טעקסטן צו יום־העצמאות

חבֿרה: כ´האָב איבערגעזעצט צוויי טעקסטן וואָס זײַנען שייך יום־העצמאות. דאָס ערשטע איז די תּפֿילה לשלום המדינה. דאָס צווייטע איז די פּראָקלאַמירונג פֿון דער גרינדונג פֿון דער מדינה („מגילת עצמאות“). חו"לדיקע גרוסן, שלום בערגער


גם אני אפגוש את החברים שלי מפורום יידיש במסיבת העצמאות של תפוז אנשים!
 

יואלישל

New member
א דאנק!

אבער אויב דאס גרינדן מדינת ישראל האט געמיינט גאולה, איז שוין בעסער צו בלייבן אין גלות... מען איז דארט מיט גארנישט פארזיכערט אלס איד מער ווי אין די גלות-לענדער. גארנישט איז אנדערש אדער בעסער געווארן. די טעזע, אז מיט אן אייגן לאנד וועלן מיר ווערן גלייך מיט אלעמען, איז, ווי מיר זעען היינט, מער הייסער ווילן ווי רעאליטעט. דאס אידיש פאלק איז היינט נישט באשיצט קעגן אידנהאס. נאר אונטער די היינטיקע אומשטענדן, אין א וועלט פון גלאבאליזאציע, האט אנטיסעמיטיזם אנגענומען אנדערע פארמען. מיט איין זאך איז מדינת ישראל אביסל גלייך צום זמן הבית, אז אויך היינט איז מען מקריב קרבנות - הגם מענטשלעכע - ביים מקום המקדש און ארום דעם.


גם אני אפגוש את החברים שלי מפורום יידיש במסיבת העצמאות של תפוז אנשים!
 
"וויזיאָנערישן אָנפֿירער"

אַ גוטן ר' שלום, מיר האָט געפֿעלן דײַן איבערזעצונג צו דעם באַגריף "חוזה (המדינה)" – "וויזיאָנערישן אָנפֿירער". איך וואָלט אויף קאַטאָוועס איבערגעזעצט "מדינה-זעער", לויטן פֿאָרעם פֿון "שטערן-זעער" ("חוזה-בכּוכבֿים"). אַ גוטן יום-טובֿ, ר' ײִד!
 
א היסטארישע פראגע

א דאנק ר׳ שלום פארן איבערטייטש, עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך ליין עס. אין דער מגלה איז דער דאטום זעקס טאג אין אייר, איז הלמאי פראוועט מען יום טוב אויף פינעף טאג אין אייר?
 
אַ גוטע פֿראַגע

כאָטש כ´בין ווײַט ניט קיין מומחה אין תּולדות מ"י דאַכט זיך מיר לע"ד אַז די פּראָקלאַמירונג האָט מען מכריז געווען „ערבֿ עמצאות“, פֿינף טעג אין אייר, כּדי אַז „מיטן פֿאַרענדיקן זיך פֿון מאַנדאַט“ יענעם פֿרײַטיק צו נאַכטס, זעקס טעג אין אייר (שבת), זאָל שוין פֿאָרמעל עקזיסטירן די מדינה. נאָר ווי מע זאָגט, פֿרעגט אַ שאלה בײַ אײַער היגן ציוניסטישן מרא־דאתרא...
 
למעלה