לגלישה באתר בגירסה המותאמת לסלולאר
| הוספת הודעה
הגדרות תצוגה

הגדרות עץ הודעות

מאפייני צפייה

הצג טקסט בתצוגה
הצג תגובות באופן
עדכן
1076310,763 עוקבים אודות עסקים

פורום יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.

הנהלת הפורום:

אודות הפורום יידיש

געווען איז אמאל א שטעטל

מאת: בלה שכטר-גוטסמן  פורסם: 04/06/2008  עדכון אחרון: 04/06/2008  
 
געװען אַמאָל איז אַ שטעטל
בײַם ברעג פֿונעם נעסטער אַ טאָל,
אײַנגעװיקט אין חלומות,
געװען אַזאַ שטעטל אַמאָל.

געלעבט זיך דאָרטן ײִדן װי ײִדן,
אין פֿרײדן און דאגות אָן צאָל,
פֿון דורות פֿאַרװאָרצלטע תּושבֿים,
געװען אַזאַ שטעטל אַמאָל.

און פֿרױען געזונגען דאָרט לידער
פֿון ליבעס, מיט אױגן פֿאַרבענקט,
און קינדער צעװױעטע שטיפֿערס
זיך מעשׂיות פֿון שדים דערצײלט.

אַזױ האָט דאָס שטעטל זװיניעטשקע.
כאָטש קלענער און בלײכער מיט דער צײַט
געשפּונען דעם גילדענעם פֿאָדעם
פֿון זײדעס און באָבעס אָן בײַט.

נאָר פּלוצעם װי אַ דונער געקומען
דאָס אײן און פֿערציקסטע יאָר
דער נעסטער טוט סטראַשעדיק ברומען
דער הימל פֿאַרצױגן זיך גראָ.

און זעלנער אין גרינע מונדירן
מיט ביקסן צום שיסן געװענדט,
אױף דער בריק װאָס איבערן נעסטער
זײ אַלע ביז אײנעם פֿאַרלענדט.

דעם שוחט מיט װײַב און אַכט קינדער
אין טלית געהילט זײ – שמע ישׂראל!
די געשרלען פֿאַרשלונגען דער נעסטער.
די כװאַליעס פֿאַרשטומט זײער קול.

הײַנט גרינען דאָרט װײַטער די לאָנקעס
און ס'פּאַשעט דער פּױער זײַן קי,
װי קײן מאָל געװען דאָרט קײן ײִדן
װי גאָרנישט געשען דאָרטן װי.

אין תגובות

הודעות אחרונות

12:47 | 19.10.19 מיכאל אבידן
19:31 | 14.10.19 Bariton2
00:01 | 13.10.19 חייםלוי
15:46 | 23.09.19 Yiddish10
23:43 | 15.09.19 שגב1234
11:20 | 06.08.19 פייסל הגדול
18:21 | 30.07.19 יוסי גודל
12:22 | 27.07.19 גק985084
10:49 | 22.07.19 שגב1234
11:32 | 18.07.19 מיכאל אבידן
20:23 | 13.07.19 דאפי17

חם בפורומים של תפוז

חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
חפשו אותנו גם באינסטרגם
חפשו אותנו גם...
פודי תפוז - האינסטגרם החדש כל התמונות של...
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?
בפייסבוק שלנו כבר ביקרתם?
בפייסבוק שלנו כבר...
רוצים להיות תמיד מעודכנים במה שקורה בתפוז?

מקרא סימנים

בעלת תוכן
ללא תוכן
הודעה חדשה
הודעה נעוצה
אורח בפורום
הודעה ערוכה
מכיל תמונה
מכיל וידאו
מכיל קובץ